Wednesday, April 27, 2011

Photoshop Lessons - in Yiddish

פארוואס זאלסטו נישט קענען פאטאשאפ?


דורך: מר. פאטאשאפ


אריינפיהר 
אויב איר זענט פון די וועלכע האלטן זיך צוריק פון לערנען פאטאשאפ מיטן אויסרייד אז "ס׳איז צו קאמפלאצירט" - דאן איז דער אשכול ספעציעל פאר אייך געאייגנט.

איך קום דא צו אייך היינט מיט א גאר גאר א געשמאקער און נוצבארער געשאנק וועלכע ס׳איז מעגליך אז איר וועט שטארק נהנה זיין דערפון, און פשוט - ס׳קען אייך שטארק צוניץ קומען..
איר וועט דא קענען געוואויר ווערן אסאך וויכטיגע זאכן בנוגע פאטאשאפ - נישט נאר סתם זאכן וועלכע איר קענט טרעפן דורכ׳ן סערשטן אויף גוגל וכו׳, מיר פרובירן צו קאווערן סיי וואספארא פראבלעמען עס קענען זיך מאכן ביי אידישע גראפיקס אין פאטאשאפ.
____
בעפאר אלעם: פאטא שאפ איז א פראגרעם וועלכע איז ספעציעל געמאכט געווארן צו קענען אויסארבעטן א פיקטשער מיט אלע מפרשים און אלע צוגעהערן, עס איז אבער "נישט" געמאכט געווארן דארט צו טייפן לענגערע פאראגראפן, און אויך נישט צו מאכן דארט קיין לעיאויטס א.ד.ג.  די קאמפאני "אדאובי" האט ספעציעל צוגעשטעלט פאר די אלע זאכן די צוויי וועלט בארימטע פראגרעמס "אילוסטרעיטאר" און "אין דעזיין".. וואו עס איז די ריכטיגע פלאץ צו מאכן די אויבן-דערמאנטע זאכן ווי טייפן און דאס גלייכן.
איין זאך יא! פאטא שאפ האט צוגעשטעלט געוואלדיגע פיטשערס פאר טייפ, מען קען מאכן צענדליגער ערליי עפעקטס מיט אותיות, ממש אן א שיעור, אבער דאס איז נאר פאר העדינגס אדער סיי וואספארא אנדערע אויסרוף סענטנס, אבער נישט פאר קיין לאנגע דרשות א.א.וו.
יעצט וועלן מיר מסביר זיין די הויפט סיבה פארוואס פאטא שאפ איז נישט געמאכט פאר די אויבנדערמאנטע זאכן, ווי אויך - וואסערע חילוק איז בכלל דא פון פאטא שאפ קעגן די אנדערע אויבנדערמאנטע פראגרעמס..
ווער עס האט שוין אמאהל אריינגעזאָמט א פיקטשער פון גאר נאנט - האט געקענט באמערקן קליינע באקסלעך, ד.מ. אז יעדע עכטע פיקטשער איז צוזאמען-געשטעלט פון אן א שיעור באקסלעך, און ווי קלארער די בילד איז - אלץ מער באקסלעך איז פארהאן אינעם בילד, פרובירט דאס אויס.
די אויבנדערמאנטע באקסלעך ווערן אנגערופן "פיקסעלס" און דאס איז די אפעציעלע אינהאלט פון א פאטא שאפ אבדזשעקט - איך וועל באלד צוקומען אביסל נענטער צום פוינט.
משא"כ אן אילוסטרעיטאר אבדזשעקט באשטייט נישט פון גארנישט, ס'טייטש אפילו ווען מען וועט דאס אריינזאָמען די נענטסטע וואס שייך וועט מען נישט זעהן קיין איין איינציגן פיקסעל נישט, דאס איז ווייל א אילוסטרעיטאר אבדזשעקט ווערט אנגערופן "וועקטאר" דאס מיינט אז דאס איז א פאלשער אבדזשעקט, ממילא וויבאלד עס איז נישט קיין נאטירליכער בילד - האט עס נישט קיין פיקסעלס.
דאס איז דער הויפט חילוק צווישן פאטא שאפ און אילוסטרעיטאר
און נאכמער: אין פאל ווען מען וועט פרובירן אריינברענגען א אילוסטרעיטאר אבדזשעקט אין פאטא שאפ - וועט ער אוטאמאטיש ווערן געטוישט צו פיקסעלס, ד.מ. אז ווען איר וועט יעצט פרובירן אריינצוזָמען דעם בילד (וועלכע איז פריער - אין אילוסטרעיטאר - געווען איין שטיק און אן קיין איין פיקסעל נישט) וועט מען פלוצלינג זעהן (אויף די עקן [עדזשעס] פונעם בילד) פיל מיט פיקסעלס.
אלזא איז כדי אז מען זאל נישט טייפן אפעציעל אין פאטא שאפ, ווייל די אותיות ווערן פיקסעלס, און ביים פרינטן ווערט עס געזעהן זייער אומקלאר, משא"כ אין אילוסטרעיטאר אדער אין אין דעזיין וועט עס זיין קלאר און שארף..
ס'איז דא נאך א נקודה וואס עס טיילט אפ צווישן די פראגרעמס
פאטא שאפ איז בעיקור געמאכט צו עדיטן פיקטשערס - נישט צו עפענען א נייע דאקומענט און מאכן (אויסשטעלן) א פשוט'ע עד מיט פרעימס אדער באקסעס (רעקטעינגילער שעיפס) א.ד.ג.
פאטא שאפס אויפגאבע זענען געבעיסט אויף :
Photo Editing
Color Correcting
Sharpen an Image
Etc.
מען קען אבער יא עפענען א נייעם דאקומענט אין פאטא שאפ, ווי אויך איז דא פארשידענע (אומאפיציעלע) וועגן וויאזוי אויסצושטעלן א עד אין פאטא שאפ, אבער דאס איז נאכאלעם נאר א צוגאב וועלכע אדאובי האט צוגעלייגט, עס זענען אויך דא דארט פארשידענע אנדערע פיטשערס וועלכע זענען לכתחילה אילוסטרעיטאר פיטשערס וועלכע זיי האבן אריינגעלייגט אין פאטא שאפ נאר כדי שירוץ הקורא בו.
יעצט צום פוינט..
וואס קען איך טוהן אין פאטא שאפ'ֿ
פאטא שאפ גיבט אונז די מעגליכקייט צו נעמען סיי וואספארא פיקטשער אין סיי וועלכן צושטאנד, און עס ברענגען צו איר פולסטן אמת'דיגן צושטאנד, צענדליגער פארצווייגטע וועגן האבן זיי צוגעשטעלט וויאזוי זיך צו קענען אן עצה געבן מיט די שווערסטע בילדער וואס נאר פארהאנען, זאל עס זיין א אנגעזעצטן פארטונקעלטן פיקטשער (למשל: געכאפט געווארן אין א פארוואלקנטער וועטער, דארק בעקגראונד, א.ד.ג.)  נאכאלעם - ס'קען זיך אמאל צודאכטן אז די קאליר פונעם בילד איז שוין גענוג שיין, אבער און אמת'ן איז קען עס נאך זיין ווייט פון גוט, עס איז אן אחריות'דיגע זאך צו פאררעכטן קאלערס פון א בילד.
פאטא שאפ האט צוגעשטעלט א עקסטערע מעניו פאר קאלאר קארעקטונג, דאס רופט זיך דארט מיטן נאמען 
Color Abjustments
עס וועט אי"ה שפעטער ווערן אויסגעשמועסט בהרחבה גדולה, ועוד חזון למועד
* * *
לגבי די נושא פון קאלאר קארעקטונג (פאררעכטן קאלירן)
די יסוד וואס ליגט אונטער קאלאר קארעקטונג איז, אז א יעדע מין וועג וויאזוי מ'קען פאררעכטן קאלירן אין פאטא שאפ, איז אבער מער ווייניגער געבויט אויף איין גאר שטארקער כלל וועלכע איז שטארק וויכטיג צו וויסן סתם אזוי אויך
א יעדע קאלירטע בילד איז צוזאמען געשטעלט פון אפאר קאלירן וועלכע יעדעס איינע פון זיי גיבט צו א חלק צו דעם בילד אויסקוק
עס זענען דא צוויי מהלכים וויאזוי די קאלירן זענען צוזאמגעשטעלט
איין מהלך רופט זיך
- C.M.Y.K -
דערנאך איז דא
- R.G.B -
יעצט לאמיר קודם פארשטיין וואס דאס מיינט סי עם וויי קעי - לאמיר עס אנרופן ס.מ.וו.ק
דאס איז די ר"ת פון נעמען פון 4 קאלירן
• Cyan
• Magenta
• Yellow
• Black
פארוואס בלעק ווערט אנגערופען מיט א  ווייס איך נישט, הקיצור - יעדעס בילד איז צוזאמגעשטעלט פון די פיר קאלירן - לויט איין דעה
און אר דזשי בי - לאמיר דאס אנרופן ר.ג.ב. - איז די ר"ת פון
• RED
• GREEN
• BLUE
 דאס איז אויך א שיטה וויאזוי א קאלירטע בילד איז צוזאמגעשטעלט
עכ"פ - כמעט ביי יעדע געלעגנהייט ווען מען וויל מאכן א קאלאר קארעקשאן אין פאטא שאפ, וועט דאס האבן צו טאהן מיט די קאלארס, דהיינו - פאטא שאפ וועט פרעגן פון וועלכע קאלאר דו ווילסט צולייגן צום בילד כדי עס שענער/קלארער צומאכן, סוי אין דעם ליגט די סוד פון פאררעכטן א קאליטער בילד - אביסל ארויף אביסל אראפ מיט די אלע קאלארס וואס אויבן דערמאנט
* * *
נעכטן האמיר ארומגערעדט איבער קאלאר קארעקטונג, וואס דאס איז באמת א נושא וועלכע וועט שפעטער ברייטער אויסגעשמועסט ווערן אי"ה, אבער כ'האב דאס מקדים געווען לרווחא דמילתא
איך וועל היינט רעדן איבער דעם ענין פון אויסשניידן א פיקטשער - אין ענגליש הייסט עס
Extracting an Image
דאס ענין פון אויסשניידן א בילד איז זייער א ברייט ענין, מ'וועט קיינמאהל נישט קענען זאגן בדרך כלל וועלכע טאל אדער טעקניק מ'זאל נוצן ווייל עס זענען דא זייער אסאך דיטעילס איבער'ן ענין פון אויסשניידן, עס קען אמאל געדויערן א מינוט און עס קען אמאל געדויערן א שעה, ס'ווענדט זיך לויט די מצב פון די בעקדראוינד.
עס זענען דא קודם די פשוט'ע וועגן וואס פאטא שאפ האט געגעבן וויאזוי אויסצושניידן א אבדזשעקט פון איר בעקגראוינד - ווי למשל די מעדזשיק וואנדא טאל אדער די לעסאוי טאל וכו' דערנאך איז דא אן עקסטערע פרשה מיט דעם ענין פון סעלעקטן, ד.ה. מאכן א סעלעקשאן פון א געוויסע ספאט אינעם בילד וועלכע דו ווילסט אוועקשניידן, און אויב די בעקדראוינד איז א פארצווייגטע עסק דאן וועט דאס זיין אסאך א שווערערע ארבעט.
לגבי די חלק פון אויסשניידן האָר - וואס ביי דעם קען מען שוין נישט שטיין אין שניידן מיטן פאטא שאפ שערל - אזוי ווי ביי סתם א סאליד אבדזשעקט, די זעלבע זאך וועט נוגע זיין ביי ביימער, אדער סיי וועלכע זאך וואס פארמאגט אסאך פינטלעך אדער בלארי עדזשעס, אויב וועט מען למשל וועלן אויסשניידן א בוים, ס'זאל זיין פיור בוים - אן קיין שום אנדערע זאך אין די בעקגראוינד ווי למשל הימל א.ד.ג - וועט מען נישט קענען שטיין און מעקן, אדער שניידן צווישן יעדן לעכל (שיין וועט מען אויסזעהן), ממילא זענען צו דעם פארהאנען פארשידענע וועגן וויאזוי פטור צו ווערן פון די אלע זאכן
א ספעציעלע שווערע ארבעט איז פארהאן ביי אונז חסיד'ישע אידן - אויסצושניידן א שטריימל, אמת - פאטא שאפ האט צוגעשטעלט ספעשל טעקניקס וויאזוי אויסצושניידן האר, אבער דער פאטא שאפ ווייסט אבער נישט אז א שטריימל האט נישט די זעלבע הלכה ווי סתם האר, וויבאלד א שטריימל איז א זאך וואס ס'טרעפט זיך נישט סתם אזוי ביי עני אנדערע גוי'אישע קליידונג, ממילא וועט ער נישט מאכן אזא פערפעקט דזשאב ביי א שטריימל.
* * *
איך וועל היינט אביסל ארומרעדן איבער דעם ענין פון אויסקלארן א פיקטשער
חוץ פון דעם וואס ס'איז דא די חלק פון קאלאר קארעקטינג איז אויך דא א עקסטערן אפטיילונג וואס עס רופט זיך שארפענונג אן אימעדזש
Sharpening an image
פאטא שאפ האט צוגעשטעלט א גאנצע עקסטערע מעניו פיל מיט אפשענס וויאזוי זיך ארומצושפילן מיט פארשידענע עפעקטס, די מעניו רופט זיך "די פילטער מעניו", ס'איז דא דארט זייער אסאך זאכן, ס'איז אבער דא דארט צוויי דריי זאכן וועלכע זענען גאר וויכטיג צו וויסן, און עס קען זייער שטארק צוניצקומען צו יעדע צייט. איין גאר שטארקע זאך איז די שארפענונג קאמענד, פאטא שאפ האט מיט די צייט צוגעשטעלט אפאר מינע שארפען טאלס.. עס איז דא די רעג. שארפן טאל - שארפן עדזשעס - שארפן מאר - סמארט שארפן און אנשארפ מאסק, פונקטליך די חילוקים דערפון וועלן ווערן אויסגעשמועסט שפעטער אי"ה. אבער הצד השוה שבהם איז אז זייער אסאך מאל מאכט זיך אז מען האט פאר זיך אפן א פיקטשער, מעג שוין אפילו זיין קאלאר קארעקטעט, אבער דו וועסט נאך אלץ נישט זיין צופרידן, און נישט אלעמאל איז גרינג צו כאפן וואסערע זאך מאכט דיר אזוי אומצופרידן, דו וועסט עס אמאל קענען אנלייגן אויף דיין גיסטע - אז דו ביסט יעצט נישט אין די מאד א.ד.ג. אבער דער אמת קען זיין פשוט, אז דאס בילד איז אויף געוויסע פלעצער בלארי, און מיט צוויי דריי קליקס קען דאס געלייזט ווערן
דאס איז לגבי די חלק פון שארפן
נאכדעם איז דא אין דעם פילטער מעניו די "בלאר" קאמענד, וועלכע איז זייער וויכטיג און קען גאר שטארק צוניצקומען אסאך מאל, בלאר איז באמת פונקט די פארקערטע זאך פון שארפן, בלאר האט אבער שוין מער אפשענס, עס איז דא אווערעדזש - בלאר - בלאר מאר - באקס בלאר - גאויסיען בלאר - לענס בלאר - מאוישען בלאר - רעידיעל בלאר - שעיפ בלאר - סמארט בלאר און סורפעס בלאר, עכ"פ די וויכטיגסטע פון די איז "גאויסיען בלאר" און "סמארט בלאר", אן א שיעור פראבלעמס אין א בילד קען געלעיזט ווערן מיט די אויבנדערמאנטע טאלס
די אנדערע חלקים אין די פילטער מעניו, זענען מער ווייניגער שפילערייען וויאזוי צומאכן פארשידענע אינטערעסאנטע עפעקטס.
* * *
ווי אנפאנג געשמועסט - פאטא שאפ איז געמאכט געווארן צו עדיטן פיקטשערס מיט סיי וועלכע מין איידיע ס'וועט אונז נאר בייפאלן, יעצט צום פוינט, וואס דארף זיין מיינע ערשטע ריאקציעס צו א בילד' - די ערשטע זאך וואס מיר וועלן געווענטליך באמערקן וועט זיין די דארקנעס און לייטנעס (ליכיגקייט און טונקלקייט), ווי איך האב שוין פריער געוויזן עטליכע ביישפילן אויף בילדער וויאזוי מ'קען זיך ארומשפילן מיט די דארקנעס פון א פיקטשער, דוק ותשכח
דערנאך וועט מען הערשט אנהייבן צו באמערקן אלע אנדערע חלקים פון די בילד ווי קאלארס און שארפקייט א.א.וו.
אלזא האט פאטא שאפ קודם צוגעשטעלט אפאר בעסיק קאלאר עדזשאסטמענטס וועלכע זענען נישט דייקא געמאכט פאר קאלאר, עס קען גענוצט ווערן אויך בלויז צו מאכן ליכטיגער אדער טונקעלער דעם בילד
די אלע קומענדיגע זאכן געפונען זיך אונטער די מעניו
Imgae
דערנאך
Abjustments
דער ערשטער קאלאר עד. קאמענד ווערט אנגערופן
Brightness/Contrast


פרובירט דאס אויס אויף סיי וואספארא פיקטשער וואס ברויך א שטיקל טויש אין ליכטיגקייט, שפילט אייך ארויף און אראפ ביז די פיקטשער וועט אויסקוקן אזויווי דו ווילסט
די צווייטע קאלאר עד. קאמענד - וועלכע ווערט דוכטצעך די מערסטע גענוצט פון אלע אנדערע קאמענדס - הייסט
Levels


דאס האט שוין מער אפשענס ווי די פריערדיגע קאמענד, דארטן קען מען שוין טוישן סיי ליכטיגקייט און סיי קאלאר, איך וועל דאס באלד מער מסביר זיין
די דריטע פון די בעסיק קאלאר עד. קאמענדס איז
Curves


דאס איז באמת די גרעסטע פון אלע אנדערע קאלאר עד. דאס האט שוין גאר אסאך דיטעילס חוץ וואס מען קען טוישן דארט סיי ליכטיגקייט און סיי קאלאר, איך וועל אויך שפעטער צוקומען אביסל נענטער צו דעם
דערנאך איז דא נאך דריי אנדערע קאמענדס וועלכע באלאנגען נאך צו די בעסיקס, די זענען אזויווי תולדות פון די דריי אויבן-דערמאנטע קאמענדס, דאס זענען
Auto Tone
Auto Contrast
Auto Color
די זענען בעיקר געמאכט ווען מ'וויל סתם געבן א קליינעם ריר פארן בילד אן דעם וואס מזאל דארפן ריקן זאכן ארויף און אראפ, ווייל ווען מען קליקט אויף די דריי לעצטע קאמענדס עפענט זיך נישט אויף א פרישע באקס וואו צו קענען זיך שפילן, עס וועט נאר תיכף עפעקטירן דעם בילד
אגב - די דריי לעצטע קאמענדס געפונען זיך נישט אונטער די עדזשאסטמענטס גראפ, זיי ליגן סתם אינדרויסן אינעם אימעדזש מעניו, באמת - אין די פריערדיגע ווערזשענס פון פאטא שאפ זענען זיי יא געווען צווישן אלע, נאר און די לעצטע סי עס 4 ווערזשען האבן זיי דאס ארויסגעלייגט אינדערויסן - זעהט אויס כדי גרינגער צו מאכן
נאך א זאך - די אוטו טאן קאמענד איז א נייע נאמען, אין סי עס 3 האט עס געהייסן אוטו לעוועלס
Auto Levels
פרובירט זיך ארומצושפילן מיט די אלע אויבן-דערמאנטע "בעסיק קאלאר עדזשאסטמענטס", און זעהטסט בערך די חילוקים פון אויבן אויף, איך האף אי"ה טיפער אריינצוגיין דערין ביי מיין קומענדיגע געלעגנהייט בעז"ה.
* * *
איך וועל יעצט ממשיך זיין מיט די אנדערע קאלאר עדזשאסטמענטס.
איך וועל צו ערשט רעדן פון די גאר באקאנטע "היו - סעטשארעישאן" קאמענד
Hue/Saturation


דאס איז שוין יא געמאכט מער ווייניגער פאר קאלאר, מ'קען אויך טושען דארטן די דארקנעס, אבער נישט אויף קיין אפעציעלע אופן, ס'איז בעסער צו טאן דאס מיט די בעסיק קאלאר עד. קאמענדס, די "היו - סעטשארעישאן" קאמענד איז צוטיילט און דריי שטאקן, די אויבערשטע שטאק איז
Hue
דארטן איז די בעסטע פלאץ ווי צו טוישן א קאלאר, נישט דוקא צו קאררעקטן א קאלאר, סתם צו טוישן א קאלאר, איך וועל דא האט איר א סעמפל - בעפאר און דערנאך


Before
After


די מיטעלסטע שטאק איז
Saturation
דאס איז געמאכט געווארן ווען מען וויל רעדאָסן (פארקלענערן) א האַט קאלארד פיקטשער, ד.מ. צו א שארפער-שרייעדיגער קאליר, (היי לייטעד קאלאר), פרובירט דאס אויס
די אונטערשטע איז צו מאכן ליכטיגער אדער טונקעלער, אבער - אזויווי פריער דערמאנט - דא איז נישט די בעסטע פלאץ פאר דעם.











* * *
איך וועל יעצט אריבערגיין צו איינע פון די שטערקסטע קאלער עדזשאסטמענטס אין פאטאשאפ, דאס איז  - אין דעם קען געמאכט ווערן אן א שיעור טשעינדזשעס אין א בילד - ממש וואונדערליך. אזויווי דאס האט א שטארקע יסוד אין זיך וועלכע איז בנוגע קאלאר עדזשאסטמענטס, און עס איז זייער אינטערעסאנט און געשמאק צו קענען, נאכדעם וואס איר קענט זיך אויס דארט וועט איר דארט באזוכן יעדן צווייטן טאג.
טאקע פאר דעם וועל איך אריינגיין אין דעם נאך בעפאר איך הייב אן מסביר צו זיין אלע אנדערע קאלאר עדזשאסטמענטס, אפילו איך נוץ דאס נישט אלץ דער ערשטער קאמענד, איך למשל גיי קודם צו לעוועלס אין דערנאך צו קערווס א.א.וו. - אבער נאכדעם וואס איר קענט זיך אויס אין וועריעישאנס וועט אייך אסאך אסאך גרינגער זיין צו נוצן די אנדערע קאמענדס, איר וועט שפעטער זעהן פארוואס.
בעפאר איך בעט אייך צו עפענען דעם וועריעישאנס ווינדאוי הערט מיך גוט אויס. אינסייד פון דעם וועריעישאן קאמענד וועט איר זיך באגעגענען מיט אסאך באקסעס וועלכע ווייזן דעם בילד וואס איר האט יעצט אפען אין פאטאשאפ, איר וועט אנפאנג אביסל צומישט ווערן, איר זאלט אבער וויסן אז זיי זענען איינגעטיילט אין דריי חלקים - איך וועל באלד מסביר זיין פונקטליכער, איז בכדי צו האלטן סדר אינעם מוח, איז כדי קודם צו וויסן וואס איך גיי אייך יעצט מסביר זיין.
וואו אויבן דערמאנט, געפונען זיך זיבן קאלירן אויף וועלכע יעדע בילד איז געבויט, סייען ' מאג'ענטא ' יעלוי (געיל) ' בלעק (שווארץ) ' רעד (רויט) ' גרין און בלוי, הגם זיי זענען אפגעטיילט לגבי  און , איז אבער דא אין וועריעישאנס  אנדערש, די צוויי ווערן גוטע חברים, ומכאן הוראה יוצאת צו אלע קאלאר עדזשאסטמענטס וויאזוי זיך צו באגיין מיט זיי.
יעצט הערט גוט אויס!
די זיבן אויבן-דערמאנטע קאלארס האבן שייכות איינע צום צווייטן, גוט א קוק..
רויט איז די פארקערטע פון סייען
געיל איז די פארקערטע פון בלוי
גרין איז די פארקערטע פון מאג'ענטא
שווארץ וועט יעצט מוחל זיין שטיין אינדערויסן, ער קומט יעצט נישט אריין דא.
הקיצור.. וואס האב איך יעצט געזאגט' ס'קען מיר אפשר איינער זאגן דעם פשר הדברים''
עפענענדיג דעם וועריעישאנס ווינדאוי וועט אייך קלאר ווערן צוביסלאך אלעס וואס מ'האמיר געשמועסט. עפנט נאכנישט!
ווען איך עפען אויף א בילד, און עס איז צו געיל, למשל די זיהן שיינט צו שטארק, וויאזוי די איך רעדאסן די געיל'
ווען איר וועט אבער וויסן דאס וואס מ'האמיר געשמועסט אז געיל איז די פארקערטע פון בלוי, וועט איר יעצט האבן די אויפגאבע צוצולייגן צו דעם בילד דעם פון דעם קאלאר בלוי, און דאס וועט אויטאמאטיש פארמינערן דעם געילקייט.. און אזוי איז ווייטער מיט אלע אויבן-דערמאנטע קאלארס, איינס קעגן דעם צווייטן, דא איז וואו די צוויי מדריגות פון קאלארס - ס.מ.וו.ק. און ר.ג.ב. קומען זיך צוזאמען, וד"ל.
נאכדעם וואס איר ווייסט שוין דאס אלעס, קענט איר שוין עפענען דעם וועריעישאנס ווינדאוי, אלזא זענט איר מכובד עס צו עפענען, גייט צו די אימעדזש מעניו, דערנאך עדזשאסטמענטס, און דערנאך וועריעישאנס.
ווי שוין פריער דעמאנט, וועט איר זיך באגעגענען מיט אסאך באקסלעך וועלכע ווייזן דעם זעלבן בילד, איך וועל יעצט קודם גיין צו דעם מיטעלסטן ספאט, וואו איר קענט זעהן, די ווערטער:
More Red
More Yellow
More Green
More Cyan
More Blue
More Magenta.
און אינדערמיט איז דא א באקסל וואו ס'שטייט
Current Pick
יעצט הייבטס אן פון רעד און קוקטס ווער ס'איז פונקט אקעגן אים, סייען! ווייטער גייט ארויף צו געיל, זיין קעגנער איז בלוי, - און גרין איז כנגד מאג'ענטא. ממילא פארשטייט איר שוין אביסל פון וואס מ'רעדט דא..
די סיבה פארוואס ס'איז אזוי אויסגעשטעלט אז ס'הייבט זיך אן ביי דער און דערנאך יעללוי, גרין, סייען, בלוי, מאג'ענטא, איז: ווייל עס לויפט וואו א דעגרי סייקל, דהיינו - רעד איז דער הייסטער וועטער, - יעללוי, איז שוין אביסל ווייניגער, - גרין איז שוין מער ספרינג צייט, און אזוי ווייטער ביז מאג'ענטע וועלכע גיבט שוין א אויסקוק פון בעלוי זיראוי דעגרי.
יעצט תכלית, וויאזוי באנוץ איך זיך דערמיט צו קענען קאלאר קארעקטן א פיקטשער
איז אזוי... למשל אז איר האט אפן יעצט א בילד פון א לאנדסקעיפ, פון גראז מיט זין, און אזוי ווי ביידע זענען היילייט קאלארס וועט דאס בילד זיין זייער געיל, און די גראז וועט דאך אבער זיין צו גרין און ס'וועט אויסקוקן אביסל פאלש, איז גיבט א קליק אויפן באקסל וואו ס'שטייט מאר בלוי, און קוקט אופן מיטעלסטן באקסל וואו ס'שטייט קארענט פיק, דארט זעהט איר וויאזוי דאס בילד זעהט אויס נאכן איימאל קליקן דערויף, קוקט נישט אויפן בלויען באקסל ווייל דארט וועט שוין שטיין וויאזוי ס'וועט אויסקוקן ווען דו קליקסט נאכאמאל דערויף, און אזוי שפילט אייך ארום מיט די אלע קאלארס.
יעצט - גאנץ אויבן זענען דא נאך צוויי באקסלעך, אונטער איינס שטייט אריגינאל, און אויפן דערנעבענדיגן באקסל שטייט נאכאמאל "קארענט פיק", די אריגינאל ווייזט כשמו כן הוא, די אריגינאלער בילד, איז ווען איר ווילט קאמפערן וויאזוי דאס בילד האט לכתחילה אויסגעזעהן און וויאזוי עס קוקט יעצט אויס, איז דארטן די פלאץ ווי צו קוקן.. מען זאל אבער געווארנט זיין אז ווען מען קליקט אויפן אריגינאל באקסל גייט ער צוריק צום אנפאנג, אלזא אויב איר האט שוין עפעס געטוישט דארט זאלט איר נישט קליקן אויפן אריגינאל באקסל נאר אויב איר זענט זיכער אז איר ווילט צוריקגיין צום אנפאנג, ווייל דאס קען מען נישט צוריקציען און איר קענט פארלירן אלעס וואס איר האט שוין געמאכט ביז אהער אינעם וועריעישאנס קאמענד.
ס'איז נאך דא א געוואלד ארומצורעדן איבער דעם וועריעישאנס קאמענד, אבער איך וועל דאס מוזן איבערלאזן פארן קומענדיגן געלגענהייט.


איך האף אז איר פארשטייט דעם היינטיגן שיעור, עס איז א שיעור עיון.
* * *
בעפאר איך גיי משלים זיין מיטן סוגיא פון וועריעישאנס, פיל איך פאר וויכטיג מקדים צו זיין נאך א גרויסע כלל וועלכע איז נוגע בעיקר ביי די בעיסיק קאלאר עדזשאסטמענטס, וויל לעוועלס - קערווס און איבעראל ווען מ'וויל פאררעכטן קאנטראסט, ברייטנעס, א.ד.ג.
 

ווען ס'קומט צו פאררעכטן די אובן דערמאנטע חלקים, וועט איר ווערן געפרעגט וועלכע פון די דריי קומענדיגע פרטים ווילט איר פאררעכטן, זיי רופן זיך:
Shadows
Midtones
Highlights
שעדאויס, דאס איז די דארקסטע מדריגה, מידטאונס איז די מיטעלסטע, און היילייטס איז די ליכטיגסטע. אין אנדערע ווערטער - דא רעדט מען פון שווארץ, גרעי, און ווייס. סך הכל - צווישן שווארץ און ווייס איז דא נאך א מיטעלסטער (די פעסימיסטן ווילן דאס נישט וויסן).
יעצט גיימיר צוריק צו די וועריעישאנס ווינדאוי, נאכטן האמיר געלייגט אן אכט אויף די גרעסערער חלק, יעצט העמיר לייגן אן אכט אויף די חלק וועלכע איז מער צו רעכט, דארט וועט איר געפונען נאך דריי באקסלעך, דארט וועט איר טאקע נאר האבן די אפשענס פון שעדויס און היילייטס (ווערט דארט אנגערופען לייטער און דאַרקער), און אינדערמיט איז נאכאמאל דא א באקסל וואו צו קענען זעהן די אויסקוק פונעם בילד נאכדעם וואס איר מאכט די טשעינדזשעס אינעם וועריעישאנס קאמענד.
יעצט - צום לעצט, קוקט ארויף אויבן וועט איר זעהן אזוי
Shadows
Midtones
Highlights
Saturation
און א סליידער וואו ס'שטייט
רעכטס: , און לינקס: .
קודם זעהט איר שוין די דריי מדריגות הנ"ל (שעדויס וכו'), דא וועט דאס מיינען אז ווען איר קליקט אויף שעדויס וועלן אלע טשעינדזשעס וואס איר וועט מאכן דא אין דעם קאמענד - ארויפגיין נאר אויף די טונקעלסטע חלק פונעם בילד, און די זעלבע זאך איז -  פארשטייט זיך - ביי די אנדערע צוויי. פאטאשאפ'ס דיפאלט סעטינג איז מידטאונס, ווייל אין מערסטנס פעלער איז דאס די ערשטע פון די דריי וואס מען וועט וועלן טוישן, און עס איז כולל אביסל פון די צוויי אנדערע אויך.
סעטורעישאן טוט די זעלבע וואו ביי די "היו און סעטורעישאן" קאמענד הנ"ל, דוק ותשכח.
פיין און קאוירס קענט איר אנשטעלן ווי שטארק די טשעינדזשעס זאלן עפעקטירן דעם בילד, ס'איז אבער די בעסטע אז עס זאל זיין אינדערמיט.
יעצט קענט איר פארמאכן דעם וועריעישאנס ווינדאוי..
* * *
איך וועל היינט אויך אביסל אנהייבן אריינצוגיין אינעם  קאמענד, אבער איך וועל שוין לכאורה נישט אנקומען דאס צו ענדיגן אויף היינט, אבער וויפיל איך וועל אנקומען וועט זיין הכל ריווח.
וואו שוין אויבן דערמאנט, איז די לעוועלס קאמענד די ערשטע קאמענד וואס די וועלט נוצט נאך בעפאר אלע אנדערע קאמענדס, עס איז פשוט די גרינגסטע, און ס'איז זייער פראקטיש אהערגעשטעלט.
בעפאר איר וועט עפענען דעם לעוועלס ווינדאוי, מאכט זיכער אז איר האט אפען א גענוג שארפער בילד, בכדי צו קענען גוט זעהן אלע טשעינדזשעס וואס איר גייט מאכן. איר וועט זיך באגעגענען מיט א ווינדאוי וועלכע האט איין גרויסע באקס אינדערמיט, מיט דריי סליידערס אונטערן באקסל וועלכע די רעכטע איז ווייס, די מיטעלסטע גרעי און די לינקע שווארץ, דוכצעך מיר אז איר פארשטייט יעצט שוין אליינס פון וואס מ'רעדט דא. יעצט זאלט איר נישט קוקן, אויף די אנדערע חלקים פון די לעוולעס ווינדאוי, דאס וועלן מיר שוין לאזן אויפן קומענדיגן געלעגנהייט. עס ווענדט זיך וועלכע בילד איר האט אפען, אבער מער ווייניגער וועט איר געפונען אין דעם באקס הנ"ל אזעלכע שווארצע בערגלעך מיט ארויסשטארענדע שפיצן. איר וועט פרעגן, פארוואס עפעס ביי איין פלאץ מער און ביים צווייטן פלאץ ווייניגער, דאס איז אבער א צייכן אויף עפעס, דאס ווייזט אונז וועלכע פון די דריי חלקים הנ"ל (שעדאויס כו') דאס בילד אנטהאלט אין זיך, און דאס וועט אייך שוין דערציילן וויפיל פון די דריי חלקים עס איז  פארהאנען אינעם בילד, למשל אז דער שווארצער בערגל איז די העכסטע ביי די לינקע זייט (שעדויס), וועט דאס מיינען דער שעדוי איז דא אינעם בילד דער הויפט מחותן, א.א.וו. - פאטאשאפ האט צוגעשטעלט האך א וואונדערליכע טריק ביי צו קענען זעהן נאך בעסער ווער פון די דריי חלקים זענען די מערסטע מצוי אינעם בילד, האלטס אן דעם Alt באטטען (אינעם ) אדער די  באטטען (אינעם ), און הייבט אן צו פארן מיטן לינקן סליידער צו די רעכטע זייט, און קוקט אויפן בילד וואס עס פאסירט בשעת איר טוט דאס, (מאכט זיכער אז דער  באקסל האט א טשעק), פרובירט אליינס אויסצוגעפינען, און אי"ה נאך שבת וועלן מיר ממשיך זיין בהרחבה גדולה.
* * *
הגם איך האלט אינמיטן דעם לעוועל עדזשאסטמענט קאמענד, איך וועל אי"ה צוריקקומען צו דעם כי בא מועד, ועוד חזון.
יעצט גיימיר צוריק ווי מ'האמיר געהאלטן.
איך וועל צוענדיגן מיט די קאלאר עדזשאסטמענט קאמענדס, פון וואס ס'איז מיר נאך געבליבן צו רעדן איז פון די  קאמענד, דער אמת איז אז ס'איז נישט דא צופיל וואס צו רעדן דערוועגן, איין זאך יא - די דאזיגע קאמענד איז ביזן לעצטן ווערזשאן געווען א גאנץ א שוואכער קאמענד, כ'גלויב אז אפשר צען פראצענט פאטאשאפ באנוצער האבן דאס גענוצט, יעצט זאגן די חברה אז אין סי עס 4 האבן זיי דאס אסאך בעסער אהערגעשטעלט, און באמת, פונקט לעצטנס איז מיר אויסגעקומען עס צו נוצן ביי א געוויסע געלעגנהייט, און איך האמעך ממש מחי' געווען..
איך וועל יעצט אנהייבן ארומצורעדן וועגן דעם טאל באקס וועלכע געפונט זיך אויף דער לינקער זייט אינעם פאטא שאפ ווינדאוי, רוב עולם וואס נוצט פאטא שאפ אפילו זעלטן און אפילו וואס ווייסן פון די אלע זאכן וואס איך האב ביז יעצט גערעדט - וועלן שוין אבער יא וויסן צו זאגן וועגן דעם טאל באקס - פשוט - אז שטייט א גאנצן צייט פאר די אויגן, און ס'קוקט אויס זייער סימפל, און טאקע דערפאר איז כדי צו וויסן אז עס איז נישט אזוי פשוט, אפילו א חלק פון זיי איז טאקע פשוט, אבער עס איז דא ארומצורעדן איבער דעם שעות אויף שעות, איך וועל פרובירן אלעס מסביר צו זיין גענוג קלאר, כדי שירוץ הקורא בו
די טאל באקס איז צוטיילט אין אפאר חלקים, איך וועל גיין קודם מיט די ערשטע חלק, צום ערשט וועל איך אויסרעכענען די נעמען פון אלע טאלס וואס זענען דא אינעם ערשטן חלק, און דערנאך וועל איך צוגיין צו יעדן טאל באזונדער
1 - Move Tool
2 - Marquee Tools
3 - Lasso Tools
4 - Magic Want Tools
5 - Crop Tools
6 - Eyedropper Tool Etc.
די מאוו טאל איז פשוט, צו ריקן אן אבדזשעקט פון איין פלאץ צום צווייטן
יעצט צום צווייט וועלן מיר זיך באציען אויף די נעקסטע טאל אין די רייע - א גאר אפט-גענוצטע און שטארק וויכטיגע טאל.. דאס איז
The Magic Want Tools
דאס איז די פערטע טאל פון אויבן, עס קוקט אויס ווי א שטעקן מיט א שטערן-סטאר פון אויבן, אין דעם איז אויכעט דא נאך איינס וואס רופט זיך - די קוויק סעלעקשאן טאל,
די אויבן-דערמאנטע טאלס זענען אויך געמאכט געווארן צו מאכן סעלעקשאנס אויף א ספאט פון א בילד וועלכע איך וויל אוועקשניידן, אבער דאס איז שוין מער געמאכט געווארן פאר שנעלע כלליות'דיגע סעלעקשאנס, למשל אז איך וויל סעלעקטן א סאליד בעקגראוינד וויל למשל א הימל בעקגראוינד, וועט דאס קענען געשעהן דורכ'ן געבן אינגאנצן איין קליק אויפן ספאט וועלכע איך וויל סעלעקטן, די חילוק פון די צוויי טאלס קענט איר אליינס אויספרובירן, איר וועט שוין אליינס זעהן די חילוקים
די חכמה פון די טאלס זענען, אז ווען איך קליק אויפן הימל טוט ער דערשמעקן אז איך וויל יעצט סעלעקטן די קאליר בלוי, וועט ער גיין און דיטעקטן איבעראל אין די שכינות פון דעם ספאט, צו עס האט נישט קיין בלוי אין זיך, מ'קען אנשטעלן אויבן ווי ווייט ער זאל דיטעקטן, דאס מיינט אז ער קען אפילו דערשמעקן אז אין די אנדערע זייט בילד געפונט זיך אויך די קאלער בלוי, למשל א וואסער אדער דאס גלייכן, איז אויב איך וועל אים זאגן אז ער זאל גיין זוכן ביז הודערט פראצענט, וועט ער איבעראל קוקן, פאטאשאפס דיפאלט סעטינג איז 32 פראצענט, דאס איז די געוועליכע נומבער וואס עס פעלט זיך אויס, אין רוב פעלער, מען זאל אבער וויסן אויף קלאר - די דאזיגע טאלס טוען נישט מאכן דו פונקטליכסטע סעלעקשאנס, למשל ווען מען וועט אריינזאמען דעם בילד נאכן מאכן דעם סעלעקשאן מיט דעם טאל, וועט מען זעהן אז עס האט נישט ממש געטראפן די פונקטליכע עדזשעס - עקן פון די חלק וואס די ווילסט יא דארט לאזן, ווי למשל, א בילד פון א הויז מיט א הימל, איך וויל אוועקשניידן דעם הימל, דארף איך דאך סעלעקטן דעם הימל, אבער איך דארף אכטונג געבן אז די סעלעקשאן זאל נישט גיין ווייטער פון וואו עס מעג גיין, למשל אינעם הויז אריין, ווייל וויבאלד ער פרובירט נאר צו דערשמעקן א געוויסע קאליר, וועט ער זיך אפט מאל טועה זיין, אלזא איז טאקע וויכטיג אכטונג צו געבן דערויף.
* * *
די סיבה פארוואס איך בין צום ערשט געגאנגען צו די מעדזשיק וואנט טאל - הגם די לעסוי טאלס זענען פריער אין די רייע - ווייל דאס איז לכאורה די גרינגסטע שניידער פון אלע אנדערע, און ווען מ'הייבט אן צו רעדן פון מאכן סעלעקשאנס אין פאטאשאפ ברויך מען קודם האבן א לייכטע אריינפיר איבערן ענין פון אויסשניידן אן אבדזשעקט אין פאטאשאפ, יעצט העמיר גיין צו די מארקי טאלס, וועלכע זענען די צווייטע פון אויבן, דאס אנטהאלט אין זיך 4 טאלס, ואלו הן:
1 - Rectangular Marquee Tools
2 - Elliptical Marquee Tools
3 - Single Row Marquee Tools
4 - Single Column Marquee Tools
איך מיין אז אלע פון ענק ווייסן בערך וואס די ערשטע צוויי פון די זענען, פשוט - מיטן רעקטענגולער טאל מאכט מען א באקס אויף א געוויסע ספאט וועלכע מען וויל סעלעקטן, און דערנאך ווען עס איז שוין סעלעקטעד גייט מען צוריק צום מאוו טאל און מען ריקט דעם אויסדערוועלטן ספאט צו א צווייטע פלאץ, און דאס זעלביגע ביים עליפטיקל טאל נאר עס מאכט א רינג אנשטאט א קעסטל.. ס'וועט נאך מן הסתם אויסקומען שפעטער צו רעדן איבער די אנדערע צוויי טאלס (נישט אזוי וויכטיג צו וויסן).
יעצט לאמיר כאפן א קורצן בליק אויף די "לעסוי" טאלס.
די לעסוי טאלס זענען צוטיילט אין דריי חלקים.
Reguler Lasso Tool - 1
Polygonal Lasso Tool - 2
Magnetic Lasso Tool - 3
די לעסוי טאלס זענען געמאכט געווארן ארומצונעמען (סעלעקטן) אן אבדזשעקט פון א בילד, און טוהן מיט דעם כל מה שליבנו חפץ.
יעצט: די רעגולאר לעסוי טאל איז געמאכט געווארן אין פאל ווען איך וויל אויסשניידן א פשוטע זאך וועלכע דארף נישט קיין ספעציעלע ארבעט אויסצושניידן, נעמט מען ארום די אבדזשעקט מיט רעג. לעסוי טאל און מען דריקט דעם בעקספעיס באטטען, מעקט זיך אויס די ספאט וואס עס איז ארומגענומען געווארן מיטן טאל, אבער איין זאך דארף מען געווארנט זיין ווען מ'נוצט דעם רעג. טאל, מען טאר נישט אויסלאזן דעם מייזל ביז מען ענדיגט נישט מאכן דעם סעלעקשאן, דעריבער איז דאס טאקע נישט געמאכט צו נוצן ווען מען דארף אויסשניידן א קאמפלעצירטע זאך.
די צווייטע לעסוי טאל איז שוין אביסל א מער באוויסטע טאל וועלכע ווערט זייער אפט גענוצט אין פאטא שאפ, דאס איז א בחינה פון א שערל, ביי דעם קען מען שוין יא אויסלאזן דעם מייזל אימיטן, פרובירט דאס אליינס אויס.
די דריטע טאל איז כשמו כן הוא - א מאגנעט, עס טוט זיך אליינס צו טשעפען צו דעם אבדזשעקט, למשל - ווען מ'וויל אויסשניידן א רעקל, און ס'האט אסאך קנייטשן ביי די ערמל, איז ווען מ'נוצט דעם געהעריגן שערל דארף מען זיך אפשטעלן ביי יעדן קנייטש באזונדער, משא"כ ביי דעם טאל וועט ער אויטאמאטיש זיך מיט דרייען צוזאמען מיט יעדן קנייטש, דאס קען פארשפאָרן אסאך ארבעט.. פרובירט דאס אויס.
* * *
מ'האלטמער אינמיטן די נושא פון אויסשניידן אן אבדזשעקט אין פאטאשאפ, באמת - עס איז זייער א פארצווייגטע נושא, עס זענען פארהאן פארשידענע וועגן וויאזוי אויסצושניידן א בילד, א טייל זענען מער פשוט'ע אין א טייל זענען קאמפלאצירט, אזויווי איך ברויך זיך צו האלטן צום "שיעור בקיאות" זייט, וויל איך נישט קריכן צו ווייט.
עס איז דא נאך א וויכטיגע נקודה וואס איך האב געוואלט דערמאנען, אזויווי שוין נעכטן דיסקוסירט צווישן די חשוב'ע מקשיבי השיעור, אז עס טוט כסדר פאסירן ביים שניידן אז מ'פארפארט אינמיטן שניידן וכדומה, אלזא זאל מען וויסן אז יעדע סארט סעלעקשאן קען מען פאררעכטן שפעטער אויך, דהיינו, אויב ווען מ'ענדיגט מאכן דעם סעלעקשאן און מ'זעהט אז די סעלעקשאן איז נישט אזוי גוט געלונגען, זאל מען נישט ווערן פארלוירן און דיסעלעקטן (מבטל זיין דעם סעלעקשאן), נאר בשעת ווען דער נארוואס געמאכטער סעלעקשאן דרייט זיך און דרייט זיך (ס'קוקט אויס ווי א טרעין פאָרט ארום) זאל מען דעמאלטס קעיר נעמען פון אלע וואונדן, עס זענען דא געוויסע וועגן וויאזוי צו פאררעכטן א סעלעקשאן, פאטאשאפ האט געגעבן די מעגליכקייט צו פאררעכטן א סעלעקשאן, למשל אראפנעמען אדער צולייגן א.ד.ג, איז ווען מ'וויל למשל אויסקרויסן א ספאט ווי מ'האט נישט געוואלט אוועקשניידן און ס'איז בטעות יא געשעהן, זאל מען אנהאלטן דעם  באטטען, וועט איר זעהן א מיינעס (-) נעבן דעם שניידער, דאס מיינט אז ער נעמט אוועק פונעם סעלעקשאן, אלזא הייבט אן צו פארן ארום דעם פלאץ ווי איר ווילט אויסקרויסן, (נאכדעם וואס איר האט שוין אנגעהויבן צו גיין קענט איר שוין אויסלאזן דעם שיפט באטטען) און גייט ארום און ארום דעם פלאץ וואס איר ווילט אויסקרויסן ביז איר קומט נאכאמאל צוריק צום מעין סעלעקשאן (איר ברויכט זיך אליינס שפילן, ס'איז אביסל שווער מסביר צו זיין אויף פען און פעפער), אזוי אויך פארקערט ווען מ'וויל צולייגן, האלט אן דעם  באטטען, וועט ווערן א פלאָס סיין (+) נעבן דעם שניידער, און טוט פונקט דאס פארקערטע וואו פריער, ודי בהערה זו.
נאך א גאר וויכטיגע נקודה לגבי סעלעקשאנ'ס איז דא, אז פאטאשאפ האט געמאכט א עקסטערע פיטשער אז מען זאל קענען סעיווען (אוועקלייגן) א סעלעקשאן און מען קען עס שפעטער רילאוידן, ממילא אויב עס וועט זיין אמאל ווען איר האט זיך שוין ענדליך אנגעפלאגט צו מאכן א קאמפליצירטע סעלעקשאן און איר וועט זיך דערמאנען אז איר ברויכט נאך עפעס אנדערש טוהן דערויף וויכטיג נאך בעפאר איר שניידט דאס אוועק, און איר וועט דאך אבער נישט וועלן פארלירן די אנגעפלאגטע ארבעט, דאן וועט אייך די דאזיגע פיטשער שטארק בייהילפיג זיין, - די פיטשער געפונט זיך ביי די  מעניו, די לעצטע אפשען איז , איר קענט לאזן אלעס אנגעשטעלט אזויווי ס'איז, נאר ס'איז כדי א נאמען צו געבן פארן סעלעקשאן, אלזא שרייבט אריין ביי Name א נאמען וויאזוי דאס אנצורופן, אזוי אז אויב איר האט נאך אפאר סעלעקשאנס אוועקגעלייגט דארט וועט איר וויסן וועלכע ס'איז וואס (ווייל אויב מען גיבט דאס נישט קיין נאמען גיבט ער זיך אליינס א נאמען ווי  וכו', און ווען עס זענען דא עטליכע, ווערט א צומישעניש), יעצט, ווען איר ווילט גיין רילאוידן (אויפפיקן) דעם סאלעקשאן דאן גייט צו די Select מעניו, דערנאך צו , גייט אריין צו  אייער סעלעקשאן וועט זיך בעז"ה געפונען דארט.. עס איז דא נאך א וועג וויאזוי צו רילאוידן דעם סעלעקשאן, דורכ'ן גיין צו די  פאלעט (געפונט זיך נעקסט צו די  - דארט וואו עס זענען דא די דריי-פיר מעין קאלארס אין אינדיווידואלע לעיערס, ס'וועט אי"ה באהאנדלט ווערן שפעטער) דארטן ווערן די סעלעקשאנס לכתחילה אוועקגעלייגט, האלטס אן דעם  באטטען און קליקטס אויפן לעיער טומבנעיל (קעסטל ווי ס'איז דא א בילד) וועט ער סעלעקטן איר אינהאלט.. - אגב - די כלל פון אנהאלטן די  באטטען און קליקן אויפן לעיער טומבנעיל איז אויך א כלליות'דיגער וועג וויאזוי צו לאוידן א סעלעקשאן כידוע.
איין גאר אינטערעסאנטער כלל וועלכע איז וויכטיג צו וויסן, איז - אז די אלע זאכן וואס מיר האבן גערעדט איבער פאררעכטען סעלעקשאנס, קען מען טוהן מיט אלע סעלקשאן טאלס אינדעפענדענטל"י (אן זיין אנגעוואנדן איינס אינעם צווייטן), למשל אז איך האב געמאכט מיין אפעציעלן סעלעקשאן מיט די  און איך וויל פאררעכטן דעם סעלעקשאן, קען איך דאס פאררעכטן מיט אלע אנדערע סעלעקשאן טאלס, אריינגערעכנט די  א.א.וו.
נאך נישט פארטיג.. - פאטאשאפ האט צוגעשטעלט אן א שיעור באקוועמליכקייטן אינעם ענין פון סעלעקשאנס, א דוגמא ווי  וועלכע טוט אנטהאלטן אין זיך  אפאר פון די פיטשערס, און בכלל די גאנצע  מעניו אין פאטאשאפ איז פיל מיט פארשידענע פיטשערס איבער סעלעקשאנס, איך גיי נישט יעצט גיין אויסרעכענען אלע איינס ביי איינס, כ'וועל אבער בארירן עטליכע פון די.
איינס פון די וויכטיגסטע איז  עס געפונט זיך אינעם  מעניו ביי , דארט קען מען אנשטעלן ווי שארף דער סעלעקשאן זאל זיין, למשל אויב וויל איך אויסשניידן א זאך וועלכע איך וויל נישט ס'זאל זיך דערקענען די עקן, עס זאל נישט זיין אזוי שארף וכו', טוט דער  אויף אז ער מאכט אביסל  די עקן, דערנאך קען מען מאכן אז דער סעלעקשאן זאל ווערן פארגרעסערט/פארקלענערט א.א.וו. ועוד חזון למועד.




כאפט א בליק ארום די אלע פיטשערס, עס וועט אייך זיין א געשמאק.
* * *
א גוטן אווענט אייך יודן, סארי פאר די דילעי, כ'בין געווען היבש פארנומען האב איך נישט געקענט אהערשטעלן קיין סחורה. יעצט אצינד וועלן מיר ממשיך זיין בעז"ה.
אויב איז דא עפעס אין פאטאשאפ וואס ווערט אנגערופען אלץ איר הויכפונקט איז דאס , דאס איז א זאך וואס אן דעם קען מען נישט ארבעטן אין פאטאשאפ.. פארשטייצעך מ'קען, אבער נישט קיין צענטל וואס מ'קען באמת. יעצט - וואס איז דאס לעיערס, און וואס איז אזוי אינטערעסאנט דערמיט; אט הערט.
לעיערס ווערט אנגערופען אין אידיש שטאָקן, פאטאשאפ האט צוגעשטעלט לעיערס פאר יעדן אבדזשעקט וועלכע ס'וועט זיך געפונען אין איר, ס'טייטש אז יעדעס איינציגע זאך וועלכע איז א זאך פאר זיך, מוז זיין אין א באזונדערן לעיער כדי צו קענען טוהן דערמיט וואס ס'פעלט זיך אויס, די לעיערס זענען געמאכט געווארן ווען מ'וויל צוזאמען שטעלן זאכן, שטיקלען און מאכן קונצן וכדומה, יעצט, וואס עפעס דארף מען האבן לעיערס, פארוואס אין אילוסטרעיטאר און אינדעזיין און אין אלע אנדערע פראגרעמס דארף מען נישט ארבעטן מיט לעיערס' דאס אלעס וועט איר פארשטיין נאר נאכדעם וואס איר וועט דאס אויספרובירן, לאמיר אייך יעצט אריינפירן אינעם לעיערס וועלט, ליינט און האט הנאה..
איין הקדמה וואלט איך נאר געוואלט זאגן בעפאר איך הייב אן אריינצוגיין אין די זאך. דאס איז א זאך וואס מען ווערט שפעטער געוואויר, און אסאך מאל איז עס נישט אזוי איינגענעם ווען ס'באדערט פארוואס מען האט דאס נישט געוואויסט פון פריער, איז וויל איך אייך זאגן אז לעיער מאכן דעם פייל אסאך שווערער, און אויב דער פייל האט אסאך לעיערס וועט די וואג פונעם פייל זיין גאר הויעך, און דאס קען שטייטער מאכן דעם פראגרעם און ס'קען שטייטער מאכן דעם גאנצן קאמפיוטער, אלזא זאל מען זיין באווארענט אז אפילו מען וויל יא ארבעטן מיט אסאך לעיערס זאל מען האלטן און איין אויפקלינען און אוועקווארפן די אלע לעיערס וואס מ'דארף שוין נישט, ווי אויך זאל מען פרובירן צוזאמען מערדזשען די לעיערס וועלכע דארפן שוין נישט אזוי ווייט פרייוועסי, און העכסטנס קען מען סעיוון אלע לעיערס און א עקסטערן פייל דזשאסט אין קעיס מען וויל עס נאך יא נוצן. נאך אלעם: דאס זאל אבער נישט זיין קיין שטער פון ארבעטן מיט באקוועמליכקייט אין פאטאשאפ, אדאויבי האט דירעקט געספענטדעט שעות אויף שעות צו מאכן באקוועמער פארן באנוצער די מערסטע וואס מעגליך, אלזא - מאך וויפיל לעיערס די ווילסט, נאר ווען דו ביזט שוין מער ווייניגער פארטיג מיטן פלאן דעמאלטס קענסטו אנהייבן איבערצוקוקן די אלע אויבן-דערמאנטע זאכן, ודי בהערה זו.
אויף די רעכטע זייט פון פאטאשאפ וועט איר זעהן צווישן די פענעלס א פענעל וואס הייסט לעיערס, אויב איר זעהט דאס נישט דאן דריקט דעם  באטען און עס וועט ערשיינען אויפן סקרין, יעצט, ווען איר עפנט אויף א בילד וועט איר זעהן דארט א לעיער מיטן נאמען , פאטאשאפ רופט דאס אן אזוי וויבאלד דאס וועט געווענליך זייו די בעקגראוינד פון אלע אנדערע זאכן וואס וועט שפעטער ארויפגעברענגט ווערן אויף איר. דער יעצטיגער לעיער וואס איר זעהט, איז נאך דערווייל א דומם, מ'קען אים נישט רירן פון ארט, ווען מ'וועט פרובירן עס צו רוקן מיטן מאוו טאל וועט ארויפקומען א  אויסרוף באקסל אז איר קענט דאס נישט אוועקרוקן פון פלאץ וויבאלד די לעיער איז Locked-פארשפאַרט, אזויווי איר קענט טאקע זעהן איז דא אויפן לעיער א פיקטשערל פון א שלאס, איז וואס טוה איך ווען איך וויל ארומרוקן דעם בילד' און נישט נאר דעיס, מען קען זייער אנטוישט ווערן ווען מ'פלאגט זיך אויסצושניידן א בילד, און ענדליך האט מען שוין געענדיגט מאכן דעם סעלעקשאן און דריקט דעם בעקספעיס באטען אז די דרויסענדיגע אינהאלט זאל זיך מצליח זיין פון דארט אבער מען ווערט טאקע פטור פונעם דרויסענדיגן אינהאלט, אבער דער בילד איז נישט יעצט אליין, עס איז נאך געבליבן א ווייסער בעקגראוינד, אפילו מען וועט פרובירן אויסמעקן דעם בעקגראונד וועט עס אלץ בלייבן ווייס, איז וויאזוי געט מען זיך אן עצה' - ווען מטוט דאבל-קליקן אויפן לעיער ווערט דער לעיער אויס בעקגראוינד לעיער, פאטאשאפ וועט אייך פרעגן, צו ווילט איר א נאמען געבן דעם לעיער, פאטאשאפ וועט עס געווענליך א נאמען געבן , איר קענט אבער אריינטייפן וועלכע נאמען איר ווילט, דאן קליקט אקעי, וועט איר זעהן אז דער שלאס איז שוין נישט דא, יעצט פרובירט מיטן מאוו טאל צו ריקן דעם בילד, ס'פארט' יא! איז דאך גוט.. און יעצט פרובירט אויסצומעקן דעם בעקגראונד, ער פאלגט ווי א טאטעלע, און דאס איז נאר צו פארדאנקען "לעיערס".
יעצט העמיר גיין א טריט ווייטער, וויאזוי מאך איך א צווייטע לעיער, קוקט אראפ גאנץ אונטן פונעם לעיערס פאלעט, וועט איר זעהן פארשידענע Icons-קליינע פיקטשערלעך. די ערשטע פון רעכטס איז א מיסט קאסטן וועלכע איז געמאכט געווארן ווען מ'וויל אוועקווארפן א לעיער קליקט מען דערויף, נעבן דעם איז דא א פיקטשער פון א צעטעלע  קליקט דערויף, וועט געבוירן ווערן א נייע לעיער העכער דעם יעצטיגן עקזיסטירענדן לעיער (לאמיר אים רופן לעיער ) אויב ווילט איר מאכן א קאפי פונעם ערשטן לעיער כדי עס צו האלטן אין קעיס עס ווערט פאר'הרג'עט זאל בלייבן איין לעיער גאנץ, דאן שלעפט אראפ דעם לעיער אונטן צום פעידזש אייקאן און ער וועט מאכן א קאפי פונעם לעיער
יעצט - וויאזוי ברענג איך אריין א צווייטע בילד אין דעם יעצטיגן בילד' 
עפנט אויף א פרישן בילד, מאכט זיכער אז די בילד איז אויסגעשניטן און גרייט אריינגעברענגט צו ווערן אין אן אנדערן בילד אן דעם וואס דער בעקגראונד זאל מיטקומען, למשל מיין ערשטער בילד איז א פיקטשער פון א גרינער פעלד, און איך וויל אהין לייגן א מענטש זאל שטיין דארט, דארף איך דאך נעמען א פיקטשער פון א מענטש און אהין אריינשלעפן, וויל איך דאך אבער נישט אז דער בעקגראונד פונעם מענטש זאל מיטקומען, איז דארף מען לכתחילה קודם אויסשניידן דעם בילד, יעצט ווען איר האט שוין גרייט דעם מענטש, דאן ברענגט צוזאם ביידע פיקטשערס איינס נעבן צווייטן גרייט אריינצושלעפן, סעלעקט דעם מאוו טאל און הייב אן אריינצושלעפן דעם מענטש אריין צום בילד פונעם פעלד, איר וועט זעהן אז נעבן דעם עראוי וועט ארויפקמען א פלאס (+) [נאר אינעם פי סי] און דער מענטש וועט זיך שוין געפונען אינעם בילד. עס איז דא נאך א וועג וויאזוי אריינוברענגען אן אנדערער בילד, דורכן מאכן  ביים  מעניו, דערנאך , מאכט זיכער אז דער לעיער איז נישט געלאקט-פארשלאסן, דאן גייט אריבער צום בילד ווי איר ווילט אים אריינלייגן און מאכטס . איר קענט אנצינדן און אויסלעשן דעם לעיער דורכן קליקן אויפן אויג פונעם לעיער.





* * *
איך וואלט געוואלט אין קורצן אויסרעכענען מערסטנס זאכן וואס מ'קען טוהן מיט לעיערס, און צו דעם וועל איך צולייגן דעם קיבארד שארטקאט (איך וועל עס רופן לויט די ווינדאויס נעמען ווי למשל קאנטראל-אלט, אפילו איך ארבעט אויפן מעק, כדי להקל על המתחילים וועלכע זיצן רובם ככולם אויפן פי סי).
מאכן א נייע לעיער, קליקט אויפן פעידזש אייקאן אונטן, אדער דרוקט .
קאפיען א לעיער, שלעפט אראפ דעם לעיער צום פעידזש אייקאן ווי שוין אויבן דערמאנט, אדער דרוקט .
צו ברענגען איין לעיער העכערן-אונטערן צווייטן דרוקט  אדער [ - צוגיין צום ערשטן אדער צום לעצטן דאן האלט אויך אן דעם Shift קנעפל.
צו מאכן פון צוויי לעיערס איינס , דאן דרוקט Control .
צו מאכן פון אלע לעיערס איינס , דרוקט .
אלע אנדערע שארטקאטס וועלן אי"ה שפעטער אויסגעשמועסט ווערן..
* * *
היינט וועלן מיר אריבערגיין צום צווייטן חלק פונעם טאל באקס אין פאטאשאפ..
די ערשטע טאל וועלכע זענען צוטיילט אין פיר באזונדערע טאלס - זענען געמאכט געווארן צוצופיקסן בילדער, די טאלס זענען ממש נפלאות הבורא, פאר די אלע וועלכע זענען געזעצן אויף די גאנץ פריערדיגע ווערזשאנס פון פאטאשאפ האבן זיך ממש מחי' געווען ווען די טאלס זענען צוגעלייגט געווארן, די טאלס טוען בערך די זעלבע אויפגאבע ווי דער  טאל, נאר אין אסאך א טיפערן זין.
יעצט, וואס זענען די אלע טאלס געמאכט פאר'
ווער עס קען די  טאל ווייסט אז דאס טוט קאפיען פון איין פלאץ צום צווייטן, מ'כאפט אן דעם  קנעפל און מען קליקט אויפן ספאט פון ווי מ'וויל קאפיען, דערנאך לאזט מען אויס דעם קנעפל און מ'הייבט אן צו קלאוינען ארום און ארום, מ'שפילטצעך מיט די  ווי שטארק עס זאל פעינטן, א.א.וו. דעי טאל טוט אבער נאר ממש קאפיען פון איין פלאץ צום צווייטן, למשל אז איך האב א פיקטשער פון ביימעלעך, און אינדערמיט האקט אריין א עלעקטריק פאול און איך וויל דאס אוועקווישן, קאפיעט מען פון דערנעבנדיגן געגנט און מ'קלאונט אוועק דעם פאול, וואס טוצעך אבער ווען עס האנדלט זיך מיט א מער קאמפלעצירטער בילד, למשל אז אויך וויל עקסטענדן א בוים, און די קאלירן פונעם בוים טוישן זיך דארט למשל פון גרין צו געיל, און אויב וועל איך קאפיען פון אביסל ארויפציר וועט קומען די גרינערע קאליר, און איך וויל דאך אבער עס זאל שטימען מיטן מער געילערן קאליר.. פארדעם זענען די קומענדיגע טאלס געמאכט געווארן.
יעצט לאמיר כאפן א בליק ארום די טאלס.
 טאלס זענען זיי:
1) Spot Healing Brush Tool
2) Healing Brush Tool
3) Patch Tool
4) Red Eye Tool
די ערשטע טאל - איז פשוט, מען קליקט אויפן ספאט וואס מען וויל אוועקווישן, דא ווען עס וועט זיך האנדלען מיטן בוים הנ"ל וועט ער אויסרעכענען אז עס זאל שטימען מיט די ארומיגע קאלירן, ס'טייטש אז ער מאכט א .
די צווייטע טאל - איז די מערסטע ענליך צו די קלאון טאל, דא ברויך מען שוין יא אנהאלטן דעם  קנעפל, עס טוט אביסל א אנדערע ארבעט ווי דער פריערדיגער, דאס לאז איך שוין פאר אייך, שפילט אייך ארום אין זעהט די חילוקים, - הצד השוה שבהם אז זיי טוען אליינס צוזאמשטעלן וואס איך וויל טוהן, עס קען זיך אבער אפט מאכן אז זיי זאלן - אנשטאט פארבעסערן - פאר'הרג'ענען, דאן וועט איר זיין געצוואונגען צו ליינען דעם קומענדיגן פאראגראף.
די דריטע טאל - די פעטש טאל, דאס טוט שוין באזיצן א מער חשוב'ע פאזיציע, אז אפילו דארט ווי די צוויי ערשטע טאלס וועלן נישט מאכן אזא פונקטליכע ארבעט, וועט ער אופטאן גדולות ונצורות, און איך האלט אז דאס איז ממש א קידוש השם.. די פעטש טאל גייט צו אזוי: קליקט דערויף, פארט ארום דעם פלאץ וועלכע איר ווילט פארווישן, פארט ארום אין ארום ביז איר קומט צוריק אן צום זעלבן פלאץ וואו איר האט אנגעפאנגען, דאן וועט פאסירן די זעלבע וואס פאסירט ביים לעסוי טאל, עס וועט ווערן א סעלעקשאן, יעצט כאפט אן די סעלעקטעד ספאט, און שלעפט אים ארויף אויפן ספאט פון וואו איר ווילט קאפיען, עפ"י רוב וועט איר זיין שטארק צופרידן פון די אויסערגעווענליכע ארבעט וואס ער וועט אונז ערלעדיגן, עס זענען אבער נאך אלץ דא ווען ער וועט אונז אויך נישט קענען העלפן צופיל, אלזא וועט איר מוזן אליינס פרובירן זיך אן עצה צו געבן..


Before
After
די פערטע טאל - די רעד איי טאל, איז געמאכט געווארן פשוטו כמשמעו, אוועקצונעמען די רויטקייט פון די אויגן וועלכע געשעהט זייער אפט אויף א בילד, מען קען אנשטעלן אויבן וויפיל ער זאל אוועקנעמען, און עס טוט א פערפעקט דזשאַב, פרובירט דאס אויס, אי"ה מארגן וועל מיר גיין ווייטער.
טיפ נומ.  - מ'קען אויך קלאונען צו און פון אן אנדערן בילד אפילו זיי זענען אין צוויי באזונדערע ווינדאויס
טיפ נומ.  - די טאלס זענען ספעציעל אויסגעצייכנט פאר פנימ'ער פון מענטשן, למשל ווען מ'וויל פארווישן וואונדן וועלכע געפונען זיך אויפן פנים


Before
After

* * *
נעכטן האמיר ארומגערעדט איבער די קלאון בראשעס, וועלכע זענען טאקע די ערשטע אין די רייע פונעם צווייטן טייל פונעם טאל באקס, איין זאך אבער - לגבי די נושא פון בראשעס זענען זיי נישט די ערשטע.. עס איז דא א אריגינאלער בראש טאל וועלכע יעדער איינער פון ענק האבן דאס שוין זיכער גענוצט אן א שיעור מאל. אלזא וויל איך היינט אביסל אויסשמועסן די נושא פון די בראש טאל, און ווערט נישט נערוועיז, מיינט נישט אז איר קענט שוין נישט געוואויר ווערן קיין חידושים לגבי דעם בראש טאל, עס האט זייער אסאך זאכן - תוכנ'דיגע און נוצבארע פיטשערס וועלכע זענען באמת וויכטיג צו וויסן.
רוב עולם וועלכע באנוצן זיך נישט צופיל מיט פאטאשאפ, נוצן דעם בראש טאל פאר רעגולער זאכן, ווי מאלן מיט'ן בראש וכדומה, עס איז אבער כדי צו וויסן נאך אפאר וויכטיגע כללים ביי דעם בראש. קודם כל איז זייער וויכטיג מ'זאל זיך צוגעוואוינען אלץ ווען מ'נוצט די בראש, צו ארבעטן אויף א פרישן לעיער, אזוי אז מ'זאל קענען מאכן טשעינדזשעס, וואס ווען מ'בראשט ארויף אויפן פיקטשער איז פארשטייצעך דא א פראבלעם.. נאך א נוצבארע זאך - אז ווען מ'וויל פעינטן א גראדן ליין איז אנשטאטס דעם וואס מ'זאל דארפן אכטונג געבן אז ס'זאל זיין גראָד זאל מען לכתחילה אנהייבן מאלן דעם ליין דורכ'ן געבן בלויז איין קליק אויפן פלאץ פון וואו מ'וויל אנהייבן, דאן גייט צום פלאץ וואו איר ווילט אז דער ליין זאל זיך ענדיגן, האלט אן דעם Shift קנעפל און גיט א קליק, וועט ווערן א גראדער ליין.
גיימער ווייטער, - מ'קען אנשטעלן די אפעסיטי (דורכזיכטיגקייט) פונעם בראש, אויבן אונטער די דראפדאוין מעניו'ס, אויך קען מען דאס אנשטעלן בלויז דורכ'ן דריקן די נאמבערס אויפן קיבאויד ווי למשל פאר פיפציג פראצענט דריקט דעם נומ.  א.א.וו., דערנאך קען מען אנשטעלן ווי גרויס דער בראש זאל זיין און ווי שארף דער בראש זאל זיין, דאס קענט איר אויך אנשטעלן אויבן, אדער ביים רייד-קליק, און איר וועט זעהן צוויי סליידערס, העכער איינס וועט שטיין  דאס גייט ארויף אויף די סייז פונעם בראש, דערנאך וועט שטיין  וואס דארט קען מען אנשטעלן ווי שארף דער בראש זאל זיין, - א גרינגע וועג וויאזוי גרעסער-קלענער מאכן דעם בראש, דריקט דעם רייד-לעפט ברעקעט קנעפל , און פארן שארפקייט האלט אויך אן דעם  קנעפל און דאן דריקט די אויבן-דערמאנטע  קנעפל, - נאכדעם קענט איר אויך זעהן דארט אלע מינע בראש-סטיילס וואס פאטאשאפ האט צוגעשטעלט, איר קענט צולייגן אייגענע בראשעס דורכ'ן דאוינלאוידן און דערנאך דאבל-קליקן אויפן פייל, אזוי אויך קענט איר פאבריצירן אייגענע בראשעס, ווען איר האט ווילט למשל מאכן א בראש פון א לאגא, צו קענען ארומבראשן דעם  לאגא לענגאויס א פעידזש, אנשטאט וואס מ'זאל דארפן נוצן א אפעציעלן לאגא אין מאכן טויזענט קאפיעס כדי צו האבן גענוג פארן גאנצן פעידזש, ווען איר האט אפן דעם לאגא מאכט זיכער אז עס זאל זיך נישט געפינען עפעס אנדערש אויפן פעידזש, פארשטייצעך אז די לאגא דארף זיין אויסגעשניטן, און האבן א בלענק בעקגראוינד, דאן גייט ארויף צו דעם Edit מעניו, קליקט אויף , און דאן ליגט שוין אייער לאגא-בראש צווישן די בראשעס, זוכט עס אויף דארט, עס דארף זיך צו געפונען גאנץ אונטן פון די בראשעס.
א סטעפ ווייטער: מ'קען אנשטעלן דארט אויבן דעם בלענדונג מאוד וועלכע עס איז דא ביי די לעיערס, ווי  וכו', דאס קען מען אויך טוהן מיט די בראשעס, דהיינו, ווען מ'שטעלט אן דעם בראש אויף מאלטיפליי וועט ער פעינטן אזויווי א שאטן, וועלכע איז אביסל דורכזיכטיג אבער טונקל דורכזיכטיג, א.א.וו. און למשל אויב פעינט איר אויף א באזונדערן לעיער אזויווי פריער דערמאנט, דאן קענט איר אנשטעלן דעם לעיער אויף די אלע סעטינגס און ס'וועט שוין טוהן דעם דזשאב אן דעם וואס מ'זאל עס דארפן אנשטעלן ביי די בראשעס, און דאס איז אויך מער פראקטיש, ווייל דאס קען מען טוישן שפעטער אויך, משא"כ ווען איך שטעל עס אן ביי די בראשעס, קען מען דאס נישט טוישן שפעטער.
א עקסטערע פרשה איז לגבי די בראשעס פענעל, גייט צו די "ווינדאויס" מעניו אויבן, און וועהלט אויס "בראשעס", אדער דרוקט דעם  קנעפל, וועט דאס ארויפקומען אויפן סקרין, דאס איז שוין מער א פארצווייגטע נושא, מ'קען דארט אנשטעלן פארשידענע וועגן וויאזוי דער בראש זאל ארבעטן, מ'ען מאכן ס'זאל בראשן פינטעלעך, און נאך צעהנדליגער וועגן.
מ'קען אויך מאכן מיט דעם פשוט'ן בראש אסאך אנדערע זאכן ווי למשל א גרעידיענט און אלע ערליי עפעקטס, מען דארף נאר אכטונג געבן אז ביי יעדע געלעגנהייט זאל מען ארבעטן אויף א פרישן לעיער, און אויך אז עס זאל נישט זיין צו שארף, אזוי אז עס זאל זיך נישט דערקענען צו שטארק.
טיפ. - מ'קען מאכן א "בלוט" עפעקט ווען מען פעינט מיט א רויטע קאלאר בראש, און ס'איז אנגעשטעלט אויף מאלטיפליי.
* * *
היינט האב איך אויסגעוועהלט צו רעדן איבער איינע פון די בראש טאלס וועלכע געפונט זיך די דריטע אין די רייע און די  בראשעס, ס'טייטש, ווען איך קליק אויפן בראש טאל און איך לאז עס נישט אויס, קומט ארויף די איבריגע בראשעס וועלכע זענען ווי תולדות צום הויפט בראש (דאס געשעהט אויך ווען מען טוט רייד-קליקן אויפן בראש), עכ"פ - דארט געפונט זיך א בראש וועלכע איז א גאר וואונדערליכע בראש, איך ווייס נישט וויפיל פראצענט פונעם עולם ס'ווייסט צוזאגן איבער דעם בראש, עס קען באווייזן ממש נפלאות, ווי איר וועט שפעטער זעהן.
די נאמען פון דעם בראש איז , דאס איז כשמו כן הוא, מיט דעם בראש קען מען נעמען סיי וועלכע פיקטשער און טוישן די קאלירן דערפון פון באזונדערע אביעקטן אן דעם וואס ער זאל האבן שייכות מיט זיין שכן, למשל, צו טוישן די קאלאר פון א קאר, און איך וויל אז די בשעת איך פעינט זאל ער נאר קאלארן דעם קאר און ער זאל נישט מיטנעמען די זאכן וועלכע זענען און שכינות פונעם קאר, סתם אזוי וואלט איר געהאט א שטארק קאמפלעצירטע ארבעט, אכטונג צו געבן נישט ארויסצוגיין מחוץ לגדרי ה'קאַר, ווידער דער טאל וועט אבער וויסן מיט איינמאל זאגן, אז ער זאל נאר קאלארן דארט ווי מען הייסט אים, און ממש מ'קען זאגן אז ער פאלגט ווי א חדר אינגל, עס זענען אבער דא אפאר תנאים וויאזוי מען ברויך זיך באגיין דערמיט, אט פאלגט נאך די קומענדיגע שורות.
לאמיר אייך אריינפירן אינעווייניג, גייט צום בראש טאל, רייד-קליק דערויף וועט ארויפקומען א רייע פון דריי טאלס, די ערשטע וועט זיין דער רעגולאר בראש טאל, די צווייטע וועט זיין פענסיל טאל, וואס דאס טוט די זעלבע ארבעט ווי דער בראש טאל, נאר ער שרייבט ווי א פענסיל (דין), די דריטע טאל איז אונזער יעצטיגער טאל - סעלעקט דעם טאל, און פרובירט צו ארבעטן דערמיט מיט רואיגקייט און מיט גרויס פארזיכטיגקייט, לאמיר אייך זיין בייהילפיג, ס'איז בעסער צו ארבעטן אויף א בילד וועלכע פארמאגט איינצעלע דיטאלן, נישט צופיל זאכן, ווי למשל א בילד פון א קאר, מענטש, וכדומה, און נישט קיין סינערי-לאנדסקעיפ א.ד.ג. - גייט צום קאלאר פיקער וועלכע געפונט זיך אונטן פונעם טאל באקס, אדער גייט צו די , וועהלט אויס וועלכע קאליר איר ווילט, למשל אויב ארבעט איר אויף א בילד פון א קאר און איר ווילט טוישן זיין קאליר, דאן וועהלט אייך אויס וועלכע קאליר איר ווילט אויף איבערצופעינטן דעם קאר, יעצט זייט אויפמערקזאם אז איר זעהט אויבן געוויסע אפשענס וועלכע מאכן א שטארקן חילוק דא ביי דעם ענין, איר דארפט לכאורה נישט טוישן אזויווי ס'איז יעצט, אזויווי ס'קומט אנגעשטעלט פון פאטאשאפ'ס דיפאלט סעטינג, איר וועט זעהן אז דער בלענדינג מאוד איז אנגעשטעלט אויף , דאס איז די סעטינג וועלכע איז נויטיג בשעת מען וויל טוישן א קאליר אין פאטאשאפ בכלל, מיט סיי וועלכע טאל אדער אופן איר ווילט קאלארן, מיט א לעיער , מיט'ן בראש טאל, וכדומה, עכ"פ דאן וועט איר זעהן די איי דראפער טאל אין דריי באזונדערע אויסקוקן, מיר וועלן יעצט ארבעטן אויפן ערשטן, אזויווי ס'איז יעצט לכאורה אנגעשטעלט, בעפאר מיר הייבן אן צו טוהן עפעס זייט אויפמערקזאם אז דער אויסקוק פונעם בראש איז אנדערש ווי דער געהעריגער בראש, עס האט טאקע א רינג אבער ער האט אויך א פלאס (+) אינדערמיט, דאס מיינט אז דער פלאס טוט דיטעקטן ביז וואו עס גייט דער קאליר אויף וועלכע איר האט יעצט אויסגעוועלט צו ארבעטן, יעצט הייבט אן צו פעינטן לענגאויס דעם פלאץ וועלכע איר ווילט ריפלעיסן דעם קאלאר, לאמיר יעצט רעדן פון א קאר, למשל די קאר איז א בעיזשע קאלאר, און איר ווילט דאס קאלארן גרין, מאכט זיכער ווען איר הייבט אן צו פעינטן, אז דער פלאָס איז אינעווייניג אין די עריע וואו איר ווילט פעינטן, ווייל אויב ער געפונט זיך אינדערויסן, וועט ער פארשטיין אז איך מיין צו זאגן אז ער זאל אויפפיקן די קאלאר פון אינדערויסן, און אויב אזוי וועט ער ארויסקאלארן מחוץ לגדר, און דאס איז אויסדריקליך "נישט" וואס מיר ערווארטן יעצט פון אים, אלזא זאלט איר זיך נישט רעגן אויב ער וועט אינמיטן פעינטן ארויספארן פון די ליין, ווייל איר זענט רוב מאל שילדיג דערין, מאכט זיך אמאל אמאל ווען נישט, אלזא איז טאקע כדי צו דערמאנען דעם כלל וועלכע איך האב שוין דערמאנט נעכטן ביים רעגולאר בראש טאל, אז מען זאל נישט פעינטן צופיל אויפאמאל, אזוי אז אויב חלילה ער פארפאָרט און מען וויל צוריקציען בלויז דעם לעצטן קליק, זאל ער נישט צוריק ציען פון אנהייב, נאר פונעם לעצטן קליק, אויך איז כדי נישט צו נוצן צו קיין גרויסע סייז בראש, און די זעלבע מיט די שארפקייט - האַרדנעס, זאל נישט זיין צו הויעך - פאר די בעסטע רעזולטאטן, ודי בהערה זו.
פרובירט אייך ארומצושפילן מיט די סעטינגס אויבן, זעהט אליינס די חילוקים, און ענדזשוי'ט דעם "קאלאר ריפלעיסמענט טאל" ווי ווייט מעגליך..
נ.ב. - מען זאל זיך נישט דערשרעקן פון די סעטינג וועלכע זענען פארהאן ביי די בראש סעטינגס אויבן, עס איז נישט ממש וויכטיג צו וויסן.
* * *
אין פאטאשאפס טאל באקס אונטער די קלאון סטעמפ טאל, געפונען זיך צוויי בראשעס וועלכע רופן זיך:
1) History Brush Tool
2) Art History Brush Tool
אזויווי "ווער בין איך" האט נעכטן אנגעפרעגן אויפן "ארט היסטארי בראש" וואס דאס איז, וועל איך קודם אנפאנגען מיט דעם.
די ארט היסטארי בראש טאל איז געמאכט געווארן צו מאכן א נאטורליכער בילד אויסקוקן וואו א געפעינטע בילד, אדער ווי עס ווערט אדורך געזעהן אונטער וואסער, לאמיר דאס אנרופן  אדער א .
לאזט די סעטינגס אזויווי ס'איז אנגעשטעלט, ס'איז בעסער צו בראשן אויף א פלאץ ווי ס'איז דא מערערע דיטאלן אז עס זאל מאכן א בעסערן דזשאב, און באמת, ס'איז היבש קאמפלעצירט ביז מען איז מצליח צו ארבעטן דערמיט גוט, מען דארף זיך ארומשפילן מיט די בראש סעטינגס, אמאל איז בעסער צו ארבעטן אויף א לייט בראש, ווי למשל די בראש מיט אסאך שפיצן, אמאל איז גוט מיט סתם א רינדיגע אבער ליכטיגע בראש, ס'איז ביי יעדן פיקטשער אנדערש, ממילא איז נישט כדי איך זאל יעצט גיין רעדן איבער דיטעילס.
אבער אז איך רעד שוין יא פון מאכן א קאלאר עפעקט, וועל איך שוין אנגעבן נאך דריי וועגן וויאזוי מ'קען מאכן א פעינט עפעקט אין פאטאשאפ, גייט ארויף צום פילטער מעניו, גייט צו "ארטיסטיק" דערנאך גייט צו , שטעלט אן דעם בראש סייז אויף 1 פיקסעל, די בראש דיטעילס אויף  פיקסעלס און די טעקסטשער אויף  פיקסעל.
דערנאך איז דא נאך א פילטער וועלכע געפינט זיך אויך אונטער דעם ארטיסטיק מעניו, דאס הייסט , שפילט אייך ארום מיט די סעטינג, דא זענען שוין דא מער סעטינגס ווי ביי די פאריגע, אדער קענט איר עס לאזן אויף די דיפאלט סעטינג, עס וועט לכאורה זיין פונקט גענוג.
די דריטע פילטער איז אויך דארט אונטער ארטיסטיק, עס רופט זיך , זעהט וועלכע פון די דריי קומט אייך אויס די בעסטע.
יעצט וועל איך אריבערגיין צום , וועלכע איז באמת די ערשטע פון די צוויי, אזויווי אנפאנג געשמועסט. די קיבארד שארטקאט פאר דעם טאל איז די  קנעפל.
יעצט כדי צו פארשטיין דעם טאל, וועל איך אייך מכבד זיין אויפצועפענען דעם היסטארי פענעל, וועלכע דארף זיך געפונען אויף די רעכטע זייט אינעם פאטאשאפ ווינדאוי, אויב זעהט איר דאס נישט, דאן גייט ארויף צום  מעניו און סעלעקט .
א כלל גדול אין פאטאשאפ, ווער עס האט שוין געארבעט אויף סיי וועלכע אנדערע פראגרעם ווי אילוסטרעיטאר, אינדעזיין, קארעל, קווארק, וכדומה, ווייסט אז צוריקצוגיין מיט איין סטעפ דרוקט מען  און מ'קען צוריקגיין א היבשע מהלך אויף צוריקצווועגס, עס רעכנט אויף יעדע מאדיפיקעישאן אלץ א סטעפ, דהיינו אז מען האט גערוקט א אייטעם פון פלאץ אדער מען האט אפלייט א געוויסע סעטינג וכדומה, - אנדערש איז אבער ביי פאטאשאפ, אז ער רעכנט יעדע "קליק" אלץ א באזונדערע מאדיפיקעישאן, און זיי צאל סטעפ וויפיל ער ערלויבט  צוריקצוגיין איז  סטעפס, איז טייטש אז ווען מען נוצט סייוואספארא בראש וועלכע עס קומט אויס אז מען וועט דארפן קליקן אסאך קליקס אויפאמאל, זאל מען זיין אויפריכטיג אז פאטאשאפ וועט נאך  קליקס געבן א דריי מיטן וויידל און פארגעסן פון אלעס וואס איז געווען, אלזא זאל מען זיכער מאכן אכטונג צו געבן דערויף.
עס זענען דא עטליכע מהלכים וויאזוי אפצוהיטן היסטאריע אין פאטאשאפ, ווי לעיער קאמפס, און נאך פארשידענע וועגן וועלכע וועט בעז"ה ווערן אויסגעשמועסט ווען מ'וועט האלטן דארט.
די גרינגסטע וועג וויאזוי צו האלטן קאנטראל אויף די היסטאריע איז, אז מען זאל האבן אפען די היסטארי פענעל כסדר, אזוי אז איר זעהט אגאנצן צייט וואס ס'טוצעך.
יעצט וועלן מיר צוקומען צום היסטארי בראש טאל, וועלכע איז מיר שוין צינוצגעקומען מער ווי איינמאל און כ'האב זיך ממש מחי' געווען, און באמת, עס איז טאקע א געוואלדיגע אויפטוה אין פאטאשאפ.
לאמיר זיך פאָרשטעלן, איך האב א בילד א מענטש, איך האב אים אויסגעשניטן פונעם בעקגראוינד, אבער נאכן שניידן באמערק איך אז איך האב געמאכט א טעות ערגעץ וואו, למשל אז איך האב פארשניטן דעם עק פונעם אויער וכדומה, יעצט אויב וויל איך סתם צוריקגיין די היסטארי סטעפס, וועל איך פארלירן אלעס וואס איך האב געטאהן פון דארט און ווייטער ביז יעצט, און זייט אויפמערקזאם אז אויב מען גייט צוריק אסאך סטעפס, קען מען נאר צוריקקומען אויב ביז ווילאנג מען האט נאך גארנישט געטוהן נאכן צוריקגיין, איינמאל מ'טוט שוין עפעס אנדערש, טוט ער ריפלעיסן די גאנצע היסטארי וועלכע האבן זיך געפונען נאך די סטעפ וואו איך בין צוריקגעגאנגען, איז סתם אזוי וואלט איך דערפון געהאט גרויס צער, יעצט - כדי פטור צו ווערן פון אזוילכע פגעים רעים, האט פאטאשאפ צוגעשטעלט דעם "היסטארי בראש טאל".
יעצט - דער היסטארי בראש טאל, ווייסט נאר צוזאגן פון זאכן וועלכע געפונען זיך נאך אין פאטאשאפס מעמארי, איינמאל ער געפונט זיך נישט צווישן די  היסטארי סטעפס, קענסטו רעדן צום דופן עקומה, ער וועט ווייזן אזא סימן פון א רינג מיט א שיעפע ליין אינדערמיט, אזויווי א  סיין. יעצט לאמיר צוריקגיין, איך וויל צוריק ברענגען דעם אויער פונעם מענטש, כ'גלייך נישט ער זאל אויסקוקן ווי א בעל מום, גייט מען צום היסטארי בראש טאל און מען בראשט אין די פלאץ וואו דער אויער איז געווען, וועט ער בעז"ה צוריקקומען. אט דאס מיינט מאויבי תחכמנו..
* * *
היינט וועלן מיר צוגיין צו איינע פון די בראש טאלס, וועלכע זענען גאר א געשמאקע שפילצייג ( בלע"ז) פארן פאטאשאפ באנוצער, און דאס קומט באמת שטארק צוניץ אין גאר אפטע פעלער אזוי ווי איר וועט זיך אליין איבערצייגן שפעטער. לאמיר צוגיין דערצו און זעהן במה דברים אמורים.
די טאלס זענען אויך אחד שיש בו שלשה, ואלו הן:
1. Dodge Tool
2. Burn Tool
3. Sponge Tool
לאמיר צולייגן דבר דבור על אופניו, על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
די קיבארד שארטקאט צו די ערשטע צוויי זענען די  קנעפל, א שנעלע וועג וויאזוי אריבערצוגיין פון איינעם צום צווייטן איז צו דרוקן דעם אויבן-דערמאנטן קנעפל צוזאמען מיטן  קנעפל - דער דאזיגער כלל איז נוגע איבעראל ביי אלע טאלס וועלכע טוט פארמאגן מער ווי איין טאל אין זוך.
יעצט, וואס איז דער דאדזש טאל'
די דאַדזש טאל טוט די זעלבע ארבעט ווי דער  קאמענד, די חילוק וועט נאר אויסמאכן אז מיט דעם קען מען טוישן איינצעלע פלעצער אויפן בילד אן דעם וואס דער שכן זאל עפעקטירט ווערן דערפון, משא"כ ביי לעוועלס קען מען נאר טוישן דעם גאנצן בילד אויפאיינמאל, יעצט - דער דאדזש טאל איז געשטעלט "ליכטיגער" צו מאכן א זאך,  ס'איז כדי צו ארבעטן אויף וועלכע מען קען אנשטעלן אויבן, יעצט זייט אויפמערקזאם אז פאטאשאפ, גיבט דא די מעגליכקייט אויך אנצושטעלן וועלכע חלק פון די דריי פאלגענדע חלקים איך וויל טוישן, די  און , און דאס מאכט אויס זייער שטארק, ווייל ביי יעדן פון די דריי וועט אונזער דאדזש טאל טוהן אינגאנצן עפעס אנדערש, - א גוטע משל פאר דעם איז ווען איך וויל ארויסברענגען שארפער די דיטאלן פון א "בוים", א בוים פארמאגט אין זיך פון אלע דריי חלקים צוגלייך, עס האט שטארק טונקעלע שעדויס, עס האט מיטלוועסיגע ספאט'ס און עס האט שטארק ליכטיגערע מקומות, איז ווען איך האב א בוים וואו איך וויל מער ארויסברענגען דעם גאנצן בוים, ממילא וועט אויסקומען אזוי, - ווען איך וועל ארבעטן מיטן דאדזש טאל אויף א בוים זייענדיג אנגעשטעלט אויף היילייטס, דאן וועט ער נאר טוישן ממש די גאר ליכטיגע פלעצער פונעם בוים (לויט אונזער משל), ווידער אום ווען איך וועל נוצן די מידטאונס וועט ער שוין ליכטיגער מאכן א גרעסערן חלק פונעם בוים, ווייל עס נעמט יעצט אריין אין זיך סיי די מידטאונס און סיי די היילייטס, פארוואס די היילייטס אויך' ווייל ווען איך נוץ דעם דאדזש טאל גייט אלעס צום ליכטיגן זייט, ממילא קומט אויס אז די היילייטס זענען די נענטסטע צו די ליכטיגע זייט, דערנאך קומען די מידטאונס, ממילא ווען איך ארבעט אויף מידטאונס קומט שוין מיט די היילייטס אויך, ווידעראום ווען איך וועל ארבעטן אויף די שעדויס וועט ער שוין ארויפגיין אויפן גאנצן בוים צוגלייך, ווייל כדי אנצוקומען צום ליכטיגן זייט דארף ער דורכגיין די מידטאונס און די היילייטס, און ווייל זיי שטייען אום אין וועג מוז זיין אז ער וועט זיי מיטנעמען, ודו"ק כי נכון הוא, (די זעלבע כלל איז פארשטייצעך אויך נוגע ווען מען נוצט דעם לעוועלס קאמענד), פרובירט דאס אויס (עס קען אבער זיין ביי יעדן בוים אנדערש, אלזא אויב עס גייט נישט ביי איין פלאץ, מיינט נאכנישט אז ביי א צווייטן בוים וועט עס אויך נישט גיין).
יעצט לאמיר אריבערגיין צום "באָרן טאל", דאס וועט טוהן פונקט דאס פארקערטע ווי דער ערשטער טאל, עס טוט פארטונקעלן א בילד, ס'טייטש אין קורצן גערעדט - אז ווען איך וויל טונקעלער מאכן די שעדויס פונעם בוים, וועט ער נאר טוישן די שעדויס פונעם בוים, א.א.וו. און ביים ארבעטן אויף די היילייטס וועט ער מיטשלעפן די אנדערע צוויי אויך, אזויווי פריער געשמועסט אויפן פארקערטן אופן, איך האף אז עס איז גענוג קלאר פאר אייך.
טיפ  - די בארן טאל קען אויך גענוצט ווערן צו מאכן א זאך אויסקוקן מער ריעליסטיש, דהיינו אז איך האב למשל א בילד פון א איינגעקנייטשטן בריוו, און די עקן פונעם קנייטש האט יעצט די זעלבע קאנטראסט ווי אינמיטן פונעם בריוו, און עס טויג נישט אזוי ווייל די נאטור איז אז דארט ווי דער פעפער (אדער סיי וועלכע אנדערע זאך) קנייטשט זיך איין וועט ביים עק פונעם קנייטש ווערן טונקעלער אביסל, דאן וועט אונז דער בארן טאל זיין  ווי א מלאך המושיע, דאס איז נאך די מערסטע נוצבאר ווען איך טוה אליינס מאהלן דעם בילד אין פאטאשאפ, און איך וויל דאס צוגעבן מער חיות, דאן נוצט דעם בארן טאל, שטעלט עס אן אויף שעדויס און דאן הייבט אן מיט א הארדנעס פון  בראש, (אדער סיי וועלכע סעטינג עס וועט אייך געפעלן, איך שרייב אייך דא נאר וויאזוי עס איז מיר געווענליך באקוועם צו ארבעטן) און דאן הייבט אן ארומצובראשן אויף דעם עק פונעם קנייטש, איך זאג אייך - איר וועט זיך ממש מחי' זיין.. וליתר שאת, פאר א נאך בעסער אויסקוק, דאן גייט צו אנדערן עק פונעם קנייטש - דארט ווי עס דארף צו זיין די ליכטיגסטע, נעמטס דעם "דאדזש טאל" און שטעלט עס אן אויף היילייטס, און גיבט א פאר קליקס אויפן עק, דאן וועט עס ווערן שיין ליכטיג, ויהי' לכם לעונג ולמשיבת נפש.
טיפ  - ווען מ'וויל מאכן וואלקענעס זאלן אויסזעהן מער פארוואלקענט און טונקעלער, מער נענטער צו א גאָס-רעגן, קען מען אויך נוצן דעם בארן טאל, עס זאל זיין אנגעשטעלט אויף שעדויס.
די דריטע טאל - די "ספאנדזש" טאל, איז צו טוישן די  פון א זאך, מען קען אויבן אן שטעלן צו ער זאל סעטשארעיטן אדער פארקערט - אז ער זאל דיסעטשארעיטן, ס'טייטש צוגעבן אדער אוועקנעמן חיות, למשל ווען דער בילד איז צו שיינעדיג, קען איך עס אביסל דיסעטשארעיטן, וזה פשוט.
* * *
בעפאר איך הייב אן היינט, וויל איך מקדים זיין א שטיקל הקדמה, וואס באמת האב איך דאס שוין אביסל בארירט אין מיין גאנץ ערשטן ארטיקל, דאס איז דאס ענין פון "טייפן אין פאטאשאפ".
פאטאשאפ איז "נישט" געמאכט געווארן צו טייפן לענגערע פאראגראפן, און אויך נישט צו מאכן דארט קיין לעיאויטס א.ד.ג. - "אדאובי" האט ספעציעל צוגעשטעלט פאר די אלע זאכן די צוויי וועלט בארימטע פראגרעמס "אילוסטרעיטאר" און "אין דעזיין".. וואו עס איז די ריכטיגע פלאץ צו מאכן די אויבן-דערמאנטע זאכן ווי טייפן און דאס גלייכן.
איין זאך יא! פאטא שאפ האט צוגעשטעלט געוואלדיגע פיטשערס פאר טייפ, מען קען מאכן צענדליגער ערליי עפעקטס מיט אותיות, ממש אן א שיעור, אבער דאס איז נאר פאר העדינגס אדער סיי וואספארא אנדערע אויסרוף סענטנס, אבער נישט פאר קיין לאנגע דרשות א.א.וו.
יעצט אז מיר ווייסן שוין דעם כלל, קען מען אנהייבן צוצוגיין נענטער צום ענין, וואס קען איך אפעציעל טוהן מיט "טעקסט" אין פאטאשאפ'
איז כדי צוצוקומען צום פונקט, פיהל איך פאר וויכטיג אויסצושמועסן די א'ב' וויאזוי צו ארבעטן מיט טייפ, אפילו רוב עולם איז שוין באקאנט דערין איז עס פארט וויכטיג, און עס וועט זיין א בחינה פון "נשנית משום דבר שנתחדש בה".
די שארטקאט צום טייפ טאל איז די  קנעפל, יעצט - די ערשטע זאך ברויך מען צו קליקן אויף עני פאזישאן אינעם פעידזש וואו מען וויל לייגן די ווערטער, דאן וועט אויטאמאטיש ווערן א נייע לעיער, אבער די טייפ לעיער האט אינגאנצן א אנדערע הלכה ווי סתם א לעיער, ווי מ'וועט שפעטער זעהן, עכ"פ - דער לעיער גיבט זיך אליינס דעם נאמען לויט די ווערטער וואס עס ווערט געטייפט אין איר, דאן עפנט אויף דעם "קאראקטער פאלעט" די שארטקאט דערפאר איז , - דער שארטקאט איז נאר גילטיג ווילאנג מען איז אינעם טייפ טאל, ווייל אין אלגעמיין איז דער שארטקאט געמאכט פאר , באמת קען מען אויך טוהן די פאלגענדע זאכן אויבן אונטערן מעניו באר, ס'איז אבער אלץ בעסער צו נוצן דעם קאראקטער פאלעט, יעצט קליקט אריין ביי די פאנטס, דא איז דא א באוויסטער פיטשער וועלכע קומט פאר ווי א סופרייז פאר די אלע וועלכע ווערן דאס געוואויר צום ערשטן מאל, אנשטאט מען זאל דארפן זוכן א שיינעם פאנט דורכ'ן מישן ארויף אין אראפ דעם לאנגן מגילה פון די פאנטס, קליקט מען אויפן נאמען פונעם פאנט, עס ווערט אליינס היילייטעד מיט איינמאל קליקן, דאן קענט איר אראפסקראלן מיטן דאוין-עראוי באטן אויפן קיבארד, און בשעת איר גייט אריבער פון איין פאנט צום צווייטן קוקט אויף אייער געטייפטע טעקסט, וועט איר זעהן אז עס טוישט זיך מיט בשעת איר טוישט די פאנט מיטן עראוי באטן, און דאס איז א שטארקע פארגרינגערונגס פארן באנוצער צו קענען טרעפן א פאסיגע פאנט אין וועלכע ער נויטיגט זיך אויפן מאמענט.
אויב ווילט איר מאכן נאך א טעקסט לעיער, ממש אין די עריע פון די פריערדיגע טעקסט, וואס אויב איך וועל סתם קליקן אזויווי פריער וועט ער נישט מאכן א נייעם פאראגראף נאר ער וועט מיינען אז איר ווילט אריינגיין אין די ערשטע פאראגראף, די עצה דערצו איז אנצוהאלטן דעם  באטען, וועט אין אלע פעלער ווערן א פרישע פאראגראף, (און פארשטייט זיך אויך א פרישע לעיער).
גרעסער צו מאכן די פאנטס איז אויך דא א גרינגערע וועג ווי עס צו דארפן אנשטעלן אינעם קאראקטער פאלעט, בשעת מען איז אריינגעקליקט אין די פאראגראף וואס לכאורה דעמאלט איז נישט שייך צו טוהן קיין אנדערע פאטאשאפ קונצן, ווי טראנספארם א.ד.ג. קען מען אבער דא מאכן ענליכס, מען האלט אן דעם  באטן, עס וועט ווערן אזא צייכן פון א פרעים ארום די טעקסט, עס וועט אויסקוקן ענליך ווי ביי טראנספארם, דאן כאפט אן איינע פון די עקן און הייבט עס אן אויסצוצוען ביז די אויתיות באקומען די גרויסקייט וועלכע איר גלייכט, - פארשטייט זיך אז מען ברויך צו דעם אנהאלטן דעם  באטן כדי ער זאל זיך האלטן פראפארשענאל.
יעצט לגבי דעם טעקסט "לעיער", ביז ווילאנג די טעקסט זענען "טעקסט", ס'טייטש אז עס זענען לעבעדיגע אויתיות - מען קען נאך טוישן די ווערטער וכו', וועלן רוב פון די טאָלס נישט זיין עוועילעבעל, עס וועט ווייזן אזא "פארבאטן" צייכן, אין געוויסע פעלער וועט זיך פאטאשאפ אליין אנרופן אז כדי צו קענען נוצן דעם טאל וואס איר ווילט יעצט נוצן, דארפט איר קודם "רעסטערייזן" די טייפ, ס'טייטש אז ער מוז ווערן אויס "אות", ער גייט יעצט ווערן אזויווי סתם א בילד, כדי צו רעסטערייזן די טייפ לעיער, טוט רייד-קליקן אויפן טייפ לעיער, דארט איז דא א אפשען , איין מינוט! האלט! טוט נאכנישט גארנישט..  נעמט אינאכט אז איינמאל איר טוט דאס וועט די לעיער ווערן ווי א געווענליכער לעיער, איר וועט שוין נישט קענען מער טוישן די ווערטער, עס געשעהט די זעלבע זאך ווי ווען איר מאכט  אין אילוסטרעיטאר, אדער  אין קארעל, אלזא מוז מען זיין אויסגערעכנט און באווארנט פון פאראויס נישט צו רעסטערייזן בעפאר מען מאכט א קאַפי פונעם טייפ לעיער אז ער זאל בלייבן דארטן אין פאל ווען מען דארף יא עפעס טוישן דערין, עס קען אייך שפארן אסאך עגמת נפש.
עס זענען דא נאך אנדערע אפשענס פאר טייפ, מען קען עס מאכן אין פארשידענע שעיפס, אויבן אינטערן מעניו באר, איז דא איינע פון די אפשענס, א בילד פון א  מיט א האלבע רינגעלע אונטער דעם, ווען איר קליקט דערויף וועט זיך עפענען פאר אייך א גאנצע ליסטע מיט פארשידענע מינע שעיפס, גאר אינטערעסאנטע געדרייטע וועגן אויף וועלכע אופן די טעקסט זאל לויפן.
איין זאך וואס איז נאכנישט פארענטפערט געווארן.. ווי אנפאנג געשמועסט אז אין פאטאשאפ וועלן פון אלע אותיות ווערן פיקסעלס, און דאס איז די סיבה פארוואס נישט צו נוצן אפעציעל טייפ אין פאטאשאפ, נאר פאר הויפט אויסרופעכצער וכדומה, אין וואס איז אבער מיט די טייפ וואס איך נוץ "יא" אין פאטאשאפ, זיי מעגן עפעס יא ווערן פיקסעלס' צו דעם האט פאטאשאפ צוגעשטעלט א גאר שטארקע און נוצבארע זאך, דאס איז דער  אפשען ביים רייד-קליקן אויפן טייפ לעיער, - דאס טוט מאכן פונעם גאנצן טייפ לעיער א "שעיפ", ער ווערט אויס פיקסעס, ער באקומט א הלכה ווי א "וועקטאר" אבדזשעקט, פאטאשאפ טוט אים אן א "מאסק" איר קענט דאס אויסטשעקן ביי די  פאלעט, דארטן ווי אלע שעיפס גייען אריין, און דאן איז ער גאראנטירט בעז"ה צו בלייבן קלאר און שארף.
* * *
איך וויל היינט אריינגיין אין א נושא וואס פארן המון וועט דאס שוין אפשר נישט זיין צו קיין גרויסע חידושים אבער פאר מתחילים איז דאס בעיקר וויכטיג, און וויסענדיג דאס קומענדיגע קען פארשפארן מיט די צייט אסאך קאפ ברעכענישן און עגמת נפש, און איך מיין אז כמעט יעדער פון אייך וועט קענען זיך עדות זאגן אז זיי אליין האבן זיך אויך היבש ארומגעמוטשעט מיט דעם חלק און זייערע בראשית פאטאשאפ יאהרן, און נאך אלעם וועט דער ארטיקל זיין א פשוט'ע חזרה ארטיקל פאר אונז אלע, ווייל דאס איז א כלל וועלכע ברויך כסדר צו ווערן איבערגע'חזר'ט.
דאס אלעס בנוגע: 
די גרויסקייט פון א פיקטשער דאקומענט, ווי גרויס דארף ער צו זיין'
ווי גרויס מעג ער זיין'
מעג איך גרעסער מאכן א פיקטשער סייז'
צו וואס וועט דאס מיר אויסמאכן'
איז אזוי: עס איז דא  און עס איז דא , די סקרין רעס. איז אנגעשטעלט אז עס זאל זיין , דאס מיינט  פיקסעלס גרויס, ס'טייטש אז ווען איך וועל מאכן אז פאטאשאפ זאל מיר ווייזן דעם בילד לויט די  (דאס קען מען אנשטעלן ביים  מעניו, זעה דארטן אויך דעם קיבארד שארטקאט) וועט ער פונקט פיטן אינעם סקרין, איר וועט באלד בעסער פארשטיין וואס איך רעד.
ווען איר האט אפען א אינדעזיין, אילוסטרעיטאר, קארעל אדער קווארק דאקומענט וכדו', און דער סייז איז א פשוט'ע  סייז, איז ווען איך וועל דארט אנשטעלן אז ער זאל ווייזן די  וועט ער ווייזן געהעריג די סייז פון א לעטער דאקומענט, משא"כ אין פאטאשאפ, אפילו ער וועט זיין  ביי 11 וועט ער ביי די  זיין צומאל אסאך גרעסער, פארוואס' דאס ווענדט זיך לויט וויפיל דער רעזולאשען סייז איז אנגעשטעלט אין פאטאשאפ. פאטאשאפ'ס דיפאלט רעס. סעטינג איז , דאס איז דער "סקרין רעזולאשען" סייז, ווען איך וויל אבער א גוטן רעזולאשען צום פרינטן דאן דארף איך נוצן א "פרינט רעזולאשען" סייז..  איז נישט גענוג גוט צום פרינטן, עס וועט נישט זיין גענוג קלאר.
אלזא - די אנגענומענע פרינט רעזולאשען סייז ביי אונז איז: , עס איז דא א גירסא , אלע בילדער וועלכע די פיקטשער סייטס פארקויפן זענען  רעז. דאס איז די סימן פון א "היי קוואליטי" בילד, איר קענט פרובירן צו זעהן ווען איר וועט דאוינלאוידן א סעמפל  פון א בילד וועט די רעז. זיין , דו"ק ותשכח.
דאס אלעס קען מען זעהן אין פאטאשאפ ביים  מעניו, ביי . איר זענט מכובד דאס צו עפענען.
אויבן איז דא די  און  פון די "פיקסעלס", דערנאך איז דא די "אינטשעס" סייז, (ביי מיר, - מ'קען אנשטעלן נאך  אנדערע מעזשערמענטס אבער עפ"י רוב נוצן מיר אינטשעס) דארט האט איר אויך די  און  פון די אינטשעס, דערנאך קומט די . יעצט נעמט אין אכט.. ווען איר וועט אריינטייפן א אנדערע רעז. סייז נומ. וועלן זיך אינאיינעם מיטטוישן די "פיקסעל" סייזעס אויבן, אבער די "אינטשעס" סייז וועט בלייבן די זעלבע, דאס איז ווייל די "דאקומענט" סייז בלייבט טאקע לויט וויאזוי עס איז געווען, אבער די קוואליטי פונעם בילד טוישט זיך, וועגן דעם וועט אין אינדעזיין וכו' אלץ בלייבן די לעטער סייז די זעלבע, נישט קיין חילוק וויאזוי איך הייס אים ווייזן דעם פעידזש אויפן סקרין, ווייל ער באציט זיך נישט אויף די תוכן-קוואליטי פונעם בילד, ער באציט זיך נאר אויפן אויבן אויף סייז, און פאר דעם וועט דא ביי אונז זיך אויך נאר טוישן די פיקסעל סייז און נישט די דאקומענט סייז, והבן.
אלזא, ווען איר עפנט אויף א נייע דאקומענט אין פאטאשאפ, מאכט זיכער אז די רעז. זאל זיין , (נישט אייביג וועט  זיין שלעכט, דהיינו - אסאך מאל קען מען האבן א שיין גרויס בילד און ער זאל זיין , די סיבה איז ווייל די פיקסעלס זענען יא גרויס אין אזוילכע פעלער, פרובירט דאס אויס. עס זענען דא קאמערעס וועלכע מאכן לכתחילה אז דער דאקומענט סייז זאל זיין גרויס).
איך האף אז עס איז קלאר פאר אייך די גאנצע ענין, איך איך בעט אייך נאכאמאל, האלט אייך נישט צוריק פון פרעגן.
* * *
איך פיל פאר וויכטיג צו רעדן איבער א פאטאשאפ פיטשער, וואס אפילו עס איז שוין גאר גוט באקאנט פאר רוב פאטאשאפ באנוצער וועט עס דאך שטארק צינוץ קומען פאר מתחילים, און - אזויווי שוין געזאגט - ס'קען אמאל ארויסקומען נאך חידושים דורכ'ן עס איבערשמועסן בטוט"ד.
איך וואלט געוואלט בארירן דאס ענין פון .. דאס איז א פיטשער וועלכע איז בייגעלייגט ביי די לעיערס פאלעט, ביים , אויך איז עס דא ביי די לעיערס מעניו.
דאס איז געמאכט געווארן צוצוגעבן א טעם צו א לעיער אויף פארשידענע אופנים, און באמת - עס איז זייער א בא'טעמ'טע פיטשער וועלכע קומט גאר אפט צונוץ און ווערט באנוצט טעגליך דורך אירע באנוצער.
די לעיער סטיילס זענען צוטיילט אין עטליכע, ואלו הן:
' Blending Options
' Drop Shadow
' Inner Shadow
' Outer Glow
' Inner Glow
' Bevel and Emboss
Contour
Texture
' Satin
' Color Overlay
' Gradient Overlay
' Pattern Overlay
' Stroke
דאס אלעס זענען פארשידענע עפעקטס וועלכע קענען געמאכט ווערן אויף א לעיער, און זיי בלייבן אויפן לעיער, ארויפגעהאנגען און די רעכטע זייט פונעם לעיער, און דאס קען מען אנצינדען אדער אויסלעשן סיי ווען.
איך וועל נישט גיין ארומרעדן בפרטיות איבער יעדן סטייל עקסטער, עס איז כדי מען זאל דאס אליינס אויספרובירן, אבער געציילטע נקודות וויל איך אבער יא בארירן.
קודם איבער די ערשטע אפשען, 
דארט קען מען אנשטעלן פארשידענע אינטערעסאנטע סעטינגס וויאזוי די לעיער סטיילס זאלן כאפן אויפן לעיער, מ'קען מאכן אז א לעיער/וועקטאר מעסק זאל באהאלטן דעם סטייל א.א.וו. - דערנאך איבער דעם דראפ שעדוי, דארטן איז דער אפעציעלער פלאץ צו מאכן א שאטן פאר אן אבדזשעקט אין פאטאשאפ. זייט אויפמערקזאם אז ווי נאר איר מאכט א טשעק אויפן דראפ שעדוי באקסל, וועט ער שוין אפלייען א שאטן אויפן לעיער, אבער כדי צו קענען עדזשאסטן דעם שעדוי מוזט איר קליקן אויף די ווערטער דראפ שעדוי, וועט עס אייך ארייפירן אינסייד די דראפ-שעדוי מעניו, דארטן קענט איר זיך ארומשפילן ווי ווייט דער שעדוי זאל זיין, ווי שארף עס זאל זיין וכו'
טיפ: בשעת איר געפונט זיך אינעם דראפ שעדוי מעניו, קענט איר קליקן אויפן בילד ווי דער שאטן געפונט זיך און ארומפאָרן ארום און ארום, און עס פלאצירן וואו אימער אייער הארץ באגערט..
, דאס איז זייער גוט פאר ארויסצוברענגען די אייגענשאפט פון אן אבדזשעקט, אז ער זאל זיך דערקענען מער ווי זיין שכן, ווי אויך למשל ווען איך מאך באָל (רינג) און איך וויל עס געבן א שטיקל ריעליסטיק אויסקוק איז אויך גוט דער אינער שעדוי.
די זעלבע זאך איז דער , ווען איך האב למשל א סינגל אבדזשעקט אויף א בעקגראוינד און איך וויל אז ער זאל זיך גוט דערקענען, איז דער אויטער גלאוי זייער גוט.
* * *
די פילטער מעניו אין פאטאשאפ איז זייער א ברייטע און פארצווייגטע נושא פון וועלכע מען קען רעדן שעות אויף שעות און נישט פארטיג ווערן, פשוט ס'האט אסאך איינצעלהייטן, און יעדער איז א זאך פאר זיך, אבער איין זאך קען איך אייך זאגן - ווי איך זאג געווענליך - דאס איז ממש "נפלאות הבורא".
יעצט בעפאר אלעם: פאטאשאפ האט צוגעשטעלט פארן באקוועמליכקייט פונעם באנוצער אז ער זאל קענען לייגן יעדן פילטער עפעקט אויף א באזונדערן לעיער, נישט א רעגולאר לעיער, נאר א אופן ווי א "לעיער סטייל" ס'טייטש אז ער ווערט א "סוב לעיער" אונטערן געהעריגן לעיער, און פארשטייט זיך אז ס'ארבעט זיך אסאך גרינגער אזוי, אלזא ווען איר האלט פארן אנהייבן צו ארבעטן מיט פילטערס, גייט צום פילטער מעניו און קליקט אויף , דאס איז אזא בחינה ווי , דאס טייטש אז דער לעיער טוט מאכן א פרישן לעיער אויפן געהעריגן, אזוי אז אויב וועל איך וועלן מאכן א טויש אויפן אריגינאלן בילד וועט ביים דאבל-קליקן אויפן סמארט אבדזשעקט לעיער - זיך עפענען דער אריג. לעיער און תיכף ווען איך ווער פארטיג מיטן מאכן די טשעינדזשעס דערויף און איך סעיוו דאס, וועט ער צוריק קומען צום סמארט אבדזשעקט לעיער, און דאס איז בעצם א געוואלדיגער אויפטוה פון פאטאשאפ, דאס איז באמת וואס עס געשעהט ווען מען קאפיעט א אבדזשעקט פון אילוסטרעיטאר דורך  צו פאטאשאפ און מען זאגט , אז ווען איך קליק אין פאטאשאפ אויף דעם לעיער וועט ער זיך צוריק אויפעפענען אין אילוסטרעיטאר און נאכדעם וואס איך בין פארטיג וועט ער מיך צוריקנעמען צו פאטאשאפ. עכ"פ, לאמיר צוריקקומען צו וואו מ'האמיר געהאלטן - כדי צו קענען צוריקצוען אדער טוישן א פילטער עפעקט איז די בעסטע אז מען ארבעט דורך "סמארט פילטער".
עס זענען דא פילטערס וועלכע ווערן באנוצט גאר אפט, צוגלייך מיט אלע אנדערע פאטאשאפ טאלס, דערנאך זענען דא פילטערס וועלכע זענען נישט נוגע סתם אזוי צום טאג טעגליכן, אלזא וועלן מיר זיך קודם באציען אויף די מערסטע באנוצטע פילטערס. איז אזוי, די צוויי הויפט פילטערס וועלכע עס קומט אויס זייער אסאך צו נוצן זענען די  פילטער און דער  פילטער, און מיר וועלן אנהייבן אריינצוגיין צוביסלעך ווייז אין יעדן פילטער באזונדער, און האפנטליך אז איר וועט הנאה האבן און פארשטיין.
דער בלאר  פילטער טוט אין זיך פארמאגן  דיפערענט בלאר פילטערס, נישט יעדעס איינע ממש איז פארן טאג טעגליכן באנוץ (ביי רוב עולם), אבער קודם לאמיר זיי אלע אויסרעכענען ביי די נעמען, ואלו הן:
לא ידעתי פירושה, כ'האב נאכנישט פראבירט עס צו דערגיין


Box Blur
איז די געהעריגע בלאר


Gaussian Blur
טוט מאכן דעם אבדזשעקט בלארי אין די פארעם פון א באקס


Lens Blur
איז (ביי מיר) די בעסטע און ווערט גענוצט די מערסטע (אי"ה שפעטער באריכות)


Motion Blur
מאכן ס'זאל אויסקוקן ווי מען קוקט אדורך פון א גלאָז (די פילטער איז אין א עקסטערע ווינדאוי)


Radial Blur
מאכן ס'זאל אויסקוקן ווי די אבדזשעקט רוקט זיך (ס'איז אין מאוישען)


Shape Blur
מאכן אויך מאוישען בלאר נאר אין רינדעכיג (ווי א פען דרייט זיך)


Smart Blur
מאכן דעם אבדזשעקט בלארי אין פארשידענע שעיפס


Surface Blur
א אינטערעסאנטע אופן וויאזוי דער בילד ווערט בלארי


אויך עהנליך צו סמארט בלאר, נאר אביסל אנדערע אפשענס
א גוטע קיבארד שארטקאט, ווען איר ווילט איבערנוצן א פילטער, אויב איז עס די לעצטע פילטער וואס איר האט גענוצט בעפאר, קענט איר בלויז מאכן  און עס טוט אפלייען דעם פילטער, אבער איין זאך, אפילו אויב דער פילטער האט געווענליך אפשענס וועט ער אבער יעצט נישט ארויפקומען, ער וועט נאר תיכף אפלייען דעם פאריגן סעטינג, כדי נאכאמאל ארויפצוברענגען די סעטינגס דארף מען מאכן  אדער .
* * *
עס איז "באמת" נאך דא אסאך וואס אויסצושמועסן איבער די בלאר פילטערס, ובפרט ווען עס איז נוגע ערנסטע פיקטשער קארעקטינגס, נאר - אזויווי פריער געזאגט - כ'ווארט פאר א ספעציפישע רעקוועסט (מוז נישט זיין).. עכ"פ, איך האב געוואלט צולייגן נאך צוויי "בלאר פילטערס" וועלכע געפונען זיך "נישט" אונטער די בלאר פילטערס ליסט, אבער זענען זייער נוצבאר אין געוויסע פעלער.. די צוויי פילטערס געפונען זיך אונטער די  פילטער, די נויס פילטער פארמאגט אין זיך  פילטערס, זייער גוטע און אינטערעסאנטע פילטערס, די לעצטע צוויי פילטערס הייסט  און , די מעדיען פילטער איז זייער גוט צו נוצן ווען מען ארבעט מיט עלטערע פיקטשערס אדער סתם אומקלארע געסקענטע פיקטשערס וועלכע פארמאגן אויף זיך פיקסעלס און מען קען אזוי נישט פרינטן אזוילכע פיקטשערס, דערנאך די רעדוס נויס פילטער איז ווייטער א בחינה פון בלאר, עס איז כשמו כן הוא, עס פארקלענערט די נויס (רעש) פון א בילד, איר וועט זיך דארפן אליינס ארומשפילן צו זעהן פונקטליך די חילוקים, דער עיקר איז: נישט ווערן צומישט.. איר קענט נוצן סיי וועלכע פילטער ס'איז אייך באקוועם, נאר מאכט זיכער אז "איר" זענט צופרידן פון דעם פילטער, ווילאנג ער טוט וואס איר הייסט דאן איז נישט קיין חילוק וועלכע פילטער איר האט גענוצט.
יעצט וועלן מיר אביסל זיך אריבערציען צו די אנדערע זייט פון דער מטבע, די  פילטערס.. אויסשארפן א בילד איז פון די וויכיגסטע זאכן וועלכע מיר זאלן נאר האבן אמאהל פארלאנגט פון פאטאשאפ, עס קומט צוניץ כמעט אזויפיל מאל ווי די לעוועלס קאמענד, עס קען גענוצט ווערן כמעט יעדעס מאל ווען איר וועט אריינברענגען אין קאמפיוטער אייערע אייגן געמאכטע פיקטשערס פונעם קאמערע , און נאכמער, די שארפען טאלס קענען אמאל אויפטוהן במקום די לעוועלס אויך. ווייל ווען ער טוט אויסשארפן די דיטאלן פון א בילד, ברענגט ער אויטאמאטיש אויך ארויס די חילוקים פון די ליכטיגקייט און טונקעלקייט, אלזא אמאל ווען איר ווילט פרובירן אן אנדערער וועג חוץ לעוועלס דאן פרובירט די שארפען פילטערס, העמיר שוין באלד זעהן וועלכער עס איז דער בעסטער פון זיי אלע..
איין זאך פאר איך גיי ווייטער - איך האב שוין באגעיגנט מער ווי איינעם וואס זאל זיך אפרעדן אויף די שארפען טאלס אין פאטאשאפ, זאגענדיג: עס טוט סתם פארפאטשקענען דעם בילד, כ'גלייך עס נישט, "כ'זעה נישט די חכמה וואס שטעקט דערין" וכו'.. אבער באמת "א גרויסע חכמה דער בורא אנטפלעקט דערין", די סיבה פארוואס מענטשן רעדן אזוי איז, ווייל זיי פרובירן נישט מער ווי איין מאל, די שארפען פילטערס פארמאגן אין זיך פארשידענע סעטינגס וועלכע קומען אנגעשטעלט ביי די דיפאלט אויף אביסל א הויעכע סעטינג און ממילא ווען מען פרובירט זיי צו נוצן די ערשטע מאל וועלן זיי אויסקלאפן אביסל צו שארף, אבער מען טאר זיך נישט דערשרעקן, מיטן אראפרוקן אביסל די סליידערס צו לינקס קען מען זעהן וואונדער.. באלד וועט איר זעהן.


די שארפען פילטערס זענען :

Sharpen
טוט פשוט "אביסל" שארפער מאכן דעם אבדזשעקט

Sharpen Edges
טוט שארפער מאכן די "עקן" פונעם אבדזשעקט

Sharpen More
ארבעט אביסל שטערקער ווי דער ערשטער שארפענער

Smart Sharpen
האט שוין מער אפשענס, מען קען אים זאגן ער זאל אוועקנעמען די גאויסיען בלאר, לענס בלאר אדער מאוישען בלאר


Unsharp Mask

איז עלטער ווי דער פריעריגער שארפענער, א פשוטער שארפענער נאר מיט אפשענס
פראבירט זיך ארומצושפילן לויט אייער געשמאק, און האט הנאה
* * *
פאר איך בין ווייטער ממשיך מיט די פילטערס, וואלט איך געוואלט געבן א לויף אדורך די פילטער מעניו פון אויבן אויף, מיט איין ציהל טוה איך דאס, כדי אז די פילטער מעניו זאל נישט אויסקוקן אזוי "פארצווייגט" ווי ס'קוקט אויס ווען מ'ווייסט נישט וואס ס'טוצעך דארט.
איז אזוי, די ערשטע פילטער פון אויבן איז:
 - ס'קען זיין אז איר וועט דאס נישט זעהן, ווייל אמאל מאכט זיך אז מען ברויך עס אליינס דאונלאוידן פון אדאויבי, כ'וועל בל"נ שפעטער צוקומען דערצו. דער עקסטרעקט פילטער איז זייער א "טריקי"  פילטער, עס איז געמאכט געווארן אויסצושניידן דערמיט האָר אדער ביימער אדער סיי וואספארא דיטאלירטע אבדזשעקט.
דערנאך קומט דער:
 - וואס דאס אנטהאלט אין זיך  מינע פילטער עפעקטס, עס זענען דא וועלכע ווערן מער באנוצט צווישן עולם, ווי  אדער  און נאך.
דערנאך קומט:
 - דאס מאכט מיך לאכן... כ'מיין אז ס'איז נישטא אין פאטאשאפ נאך אזא לאכעדיגער קאמענד ווי דער ליקוויפיי פילטער.. דארט קען מען טוישן א פנים  פון א מענטש, אז ס'זאל זיין א חילוק פון הימל ביז ערד, כ'וועל אי"ה שפעטער אריינגיין אין מער איינצעלהייטן.
דערנאך איז דא דער:
 - וואס דאס איז זייער א אינטערעסאנטער וועג וויאזוי צו פאבריצירן היימישע פעטערנס, מען טוט סעלעקטן א ספאט פונעם בילד, און מען מאכט .
נעקסט אין די רייע איז דער וואונדערליכער וועלטס בארימטער:
 - דאס איז עפעס א חידוש עצום וועלכע איז ריליסט געווארן אינעם פאטאשאפ  ווערזשאן, וואס דער פילטער ערלויבט פארן באנוצער צוצולייגן צו א בילד פרישע חלקים אזויווי מיט די בראָש הילינג אדער קלאון טאל, אבער די חידוש פון דעם פילטער איז אז אפילו אין אזוילכע פעלער ווי די אויבן-דערמאנטע בראשעס האבן נישט געארבעט ווי למשל אין א פאל וואס דער פיקטשער לויפט , און איך וויל צולייגן צו א ציגל וואנט נאך א שטיק, אבער דער וואנט לויפט שיעף, און ווען איך גיי סתם קלאונען מיטן בראש וועט ער נישט נאכלויפן די שיעפקייט פונעם וואנט, ווייל די טבע איז דאך אז ווען צוויי שורות צושיידן זיך, ווי ווייטער אלץ מער צושפרייט ווערט צווישן זיי ביידע, אלזא ע"פ שכל איז נישט מעגליך אז דער קלאון טאל זאל האבן רוח הקודש, קומט אבער דער "וואנישינג פוינט" פילטער און טוט שיינערהייט ערלויבן צו ערצייגן אזוינע ווערק, מיר האפן אי"ה בקרוב דאס אויסצושמועסן.
ביז אהער איז געווען די ערשטע מדריגה פונעם פילטער מעניו. יעצט לאמיר גיין ווייטער..
מ'האמיר יעצט פאר אונז א פרישע רייע פון  פילטערס, וואס אין די דרייצען געפונען זיך נאך צעהנדליגער, לאמיר א בליק טאן פון דער נאנט, און לאמיר זעהן "במה דברים אמורים".
 - פארמאגט אין זיך  סאָב פילטערס, וועלכע באלאנגען אין אמת'ן אריין צו די  פון וואס מ'האמיר שוין גערעדט פון אנפאנג היינט, אלזא - ביי ארטיסטיק וועלן זיך אלע  פילטערס עפענען אינעם "פילטער גאלערי" ווינדאוי, ווי דארטן קען מען זעהן פונקטליך וויאזוי ס'וועט אויסקוקן, און יעדעס איינע האט פארשידענע "סעטינגס", כ'גיי נישט יעצט אויסרעכענען אלע  וואס זיי טוען, דאס לאז איך שוין פאר אייך, און וויפיל ס'וועט אויספעהלן וועל איך שוין בעז"ה משלים זיין מיט די צייט.
נעקסט אין ליין:
 - ער איז שוין געווארן ברייט אויסגעשמועסט פארגאנגענע וואך, עיי"ש
דער דריטער איז:
 - דאס פארמאגט אין זיך 8 סאָב פילטערס וועלכע באלאנגן אויך צום , עיי"ש.
דער קומענדיגער איז:
 - פארמאגט  סאָב פילטערס, אבער נאר  דערפון געפונען זיך אינעם , די איבריגע זענען יעדע פאר זיך "זייער אינטערעסאנטע פילטערס". די ערשטע דריי, וועלכע זענען  , און , געפונען זיך אונטער דעם , די איבריגע  פארדינען אז מ'זאל זיי אויסרעכענען ביי די נעמען.
Lens Correction
Ocean Ripple
Pinch
Polar Coordinates
Ripple
Shear
Spherize
Twirl
Wave
ZigZag
די אלע זענען ממש "געוואלדיג", מ'קען רעדן שעות אויף שעות איבער זיי, אבער איך וועל יעצט נאך דערווייל נישט אריינגיין דערין מחמת קוצר הזמן, איין זאך - די  פילטער, האט מען אין  ארויסגעלייגט און די ערשטע מדריגה פון די פילטער מעניו, צוזאמען מיט עקסטרעקט, ליקוויפיי כו'.
יעצט בין איך נאך געבליבן מיט נאך  פילטערס וואס איך דארף איבערגיין אויבן אויף, אבער די צייט ערלויבט מיר נישט ממשיך צו זיין יעצט, איך האף אי"ה אייך נישט צו לאזן ווארטן.
* * *
איך האף אז דער עולם ריהט זיך גוט אויס אין די קאנטרי - למעשה, האלט איך אינמיטן איבערלויפן די פילטערס פונעם אויבערפלאך, האב איך געענדיגט ביי .
די נעקסטע פילטער איז , וואס א צוויי זאכן דערפון האמיר שוין אויסגעשמועסט  (זעה אויבן ביים  פילטער ארטיקל), וועלכע זענען בעיקר וויכטיג לגבי דעם פילטער, (ס'זענען כמעט אזויווי די בלאר פילטערס), די ערשטע דריי נוץ איך זייער ווייניג, ס'איז געמאכט מער פאר שפילעריי ווי סתם צו נוצן לעת הצורך.
דערנאך קומט , דאס איז א פילטער וועלכע לייגט צו "פיקסעלס" (די קליינע באקסלעך וואס מ'זעהט ווען מ'קוקט פון דער נאנט) צו א בילד, עס פארמאגט אין זיך 7 פילטערס, די ערשטע איז , דאס וועט מאכן דעם בילד אויסקוקן אזויווי מ'זעהט דאס פון א סעקיוריטי סקרין אדער סיי וואספארא אומקלארע-אלטע סקרין.. די אמת'ע באדייט פון דעם קאלאר העלפטאן איז, אז דארטן זעהט מען זייער אן אינטערעסאנטע זאך.. ווען איך בין געקומען ענק זאגן אז יעדע פיקטשער איז צוזאמען געשטעלט פון שווארץ - מאג'ענטא - געיל - סייען, אדער פון רויט - גרין - בלוי, האט עטס מיך בסך הכל "געגלייבט", אבער קלאר און דייטליך געזעהן וויאזוי דאס איז באמת - האט עטס נישט.. דאן נעמט א בילד און מאכט דעם קאלאר העלפטאן פילטער, דאן זאָמט אריין דעם בילד וועט איר דארט זעהן אלע זיבן קאלירן (נישט קיין גוזמא), און דאס איז באמת וואס איר וועט אויך זעהן ווען איר וועט קוקען אויף א בילד מיט א פארגרעסערונג גלאז, פרובירט דאס אויס. (איך וועל אייך באלד ווייזן א סעמפל).. ממש וואונדערליך.. - דערנאך איז דא  די אלע טוען צוגעבן צום בילד א געוויסע מין "רעש".
* * *
די ערשטע זאך פון וואס איך וואלט שטארק חשק געהאט צו רעדן איז:  אין פאטאשאפ, און  מיין איך נישט די צוגעלייגטע פיטשער פון  אין , בכלל נישט.  איז א זאך וועלכע קומט זייער אפט אריין אין בילד, און איז זייער וויכטיג פאר די שיינקייט פון א בילד.. עס איז דא אפט מאל וואס מ'זעהט א געוויסע עד און ס'שפרינגט, מ'כאפט אפשר נישט פארוואס, אבער אינטער אלעם ליגט דער , וואס הייסט' וועל איך אייך זאגן..
 מיינט אז דער אבדזשעקט ווערט געזעהן צוויי אדער דריי זייטיג, איך וועל אבער זיך באציען איבער אזא מין עפעקט וואס מוז אפילו נישט זיין 'ממש' , ס'איז גענוג א פשוט'ע , מעג זיין א פשוט'ע לענדסקעיפ בילד, וואס כדי צוצוגעבן א לעבעדיגקייט צום בילד טוט מען אים מאכן ער זאל האבן א שטיקל  אויסקוק, דהיינו - ער האט א שטיקל שעדוי פון אלע פיר זייטן, און ס'קוקט אויס ווי דאס בילד גייט אביסל געדרייט, און דעמאלטס איז דאס ענין גאנץ אנדערש, און דאס איז די זאך וואס מאכט אמאל א עד וכדו' אויסקוקן מער שרייעדיג.
וויאזוי מאכט מען א בילד זאל אויסקוקן 'יש, זענען פארהאן אפאר וועגן:
מ'קען נוצן די פשוט'ע בראש טאָל
די רעגולער גרעידיענט טאל
די בארן/דאדש טאל
מ'קען מאכן א גרעידיענט אווערלעי ביי די לעיער סטיילס
ווי אויך א פילטער עפעקט וועלכע איז זייער נוצבאר - 
הצד השוה שבהם, אז די אלע טוען צוגעבן צו א בילד א שטיק חיות, ווי איר וועט באלד זעהן. און דאס איז א כלל גדול בהל' גראפיקס, ארבעטן מיט גרעידיענטס, דאס איז די טאטע פון , דאס מאכט א זאך אויסקוקן עכט, שפיגלדיג, רינדעכיג א.ד.ג.
* * *
איך וואלט געוואלט היינט ארומרעדן איבער די נושא פון  אין פאטאשאפ, וואס פאר אסאך אירע איז דאס אינגאנצן א פרעמדע נושא, און באמת קומט דאס טאקע נישט צוניץ אזויפיהל ווי די אנדערע זאכן ווי לעיערס א.ד.ג. אבער ער קען זיין היבש בייהילפיג אין געוויסע זמנים, באלד וועט איר זעהן...
עס איז א באקאנטע זאך אז די טשענעלס קומען צוניץ ביים מאכן שווערערע סעלעקשאנס, וואס פון דעם העמיר אי"ה ארומרעדן בהרחבה שפעטער, איז יעצט אבער וויל איך גיין צו די נקודה פון קאלאר קארעקשאן.
ווי שוין פריער ארומגערעדט באריכות, זענען דא די בעיסיק זאכן וואס מען דארף וויסן בנוגע קאלאר קארעקשאן, ווי למשל דאס אז סייען איז קעגן רויט און בלוי איז קעגן געהל וכו', איז די מעשה אזוי... לאמיר זאגן אז איך ווייס שוין זייער גוט וואס ווען וואו, דאס איז א שטארקע פארגרינגערונג ווען איך ווייס שוין פון וועלכע קאליר צוצולייגן אדער אראפנעמען, וואס וועל איך למעשה דערפון פארדינען דערפון ווען איך עפן אויף א נייע בילד, און איך זעה אז דאס דארף א תיקון, אבער איך ווייס נישט וואס עס פעהלט דערפאר, ס'טייטש אזוי, ס'מעג אמאל זיין אז איך זאל שוין וויסן "בערך" וואס עס פעהלט פונעם בילד, אבער איך קען נישט ריכטיג אנצייגן אויף א געוויסע זאך אז כי הוא זה.. מ'הערט מענטשן-קאסטומערס כסדר זיך אויסדרוקן, "ס'איז צו שארף" "סאיז צו ליכטיג" וכדו', און זיי ווייסן נישט וויאזוי זיך אויסצודרוקן וואס עס באדערט זיי, איז דאך אבער וויכטיג אז מיר זאלן "יא" וויסן וואס עס באדערט זיי, איז עכ"פ - מיר זיכן יעצט א וועג וויאזוי צו קענען דיאגנאזירן א בילד אז די און די קאלאר פעהלט דא, און איינמאל מען ווייסט פון וועלכן קאליר אראפצונעמען אדער צולייגן גייט עס שוין א מחי'.
פאר דעם זענען די טשענעלס זייער א גוטע זאך, צו עקסערסייזן די אויגן וואס יעדע קאליר טוט אויף אין א בילד, ד.ה. וואו יעדער קאליר נעמט זיך זיין פלאץ אויף א בילד, למשל, אז איך ווייס אז אין יעדע קאלירטע זאך זענען פארהאן רויט, גרין און בלא, דארף איך דאך וויסן וואו זיי זענען, ווייל מילא דו זאגסט אז די בלא געפונט זיך אויפן הימל פארשטיי איך נאך, אבער אז ער געפונט זיך אויף די גראָז אויך' וואס פאר א שייכות האט ער דארטן... קומט אבער מר. טשענעלס דיר לאזן וויסן, אז אויב דו ווילסט וויסן וויאזוי "גרינע" גראָז קוקן אויס און די קאליר "בלא" דאן נוץ מיך...
די טשענעלס פארמאגט אין זיך יעדע פון די  קאלירן אויף א באזונדערע טשענעל (בבחינת לעיער), עס ווענדט זיך צו די בילד איז אין ס.מ.וו.ק. מאוד אדער אין ר.ג.ב. - לאמיר ארבעטן אינעם ר.ג.ב. מאוד, טאמער איר זענט יעצט אין ס.מ.וו.ק. מאוד דאן גיט צום  מעניו דאן גייט צו  און וועהלט אויס , יעצט וועט זיך ווייזן ביי די טשענעלס  טשענעלס בסך הכל, דער ערשטער וועט זיין דער טשענעל וועלכער איז דער "כל הנערים", ס'טייטש מיט אלע קאלירן צוזאמען, און דאן אונטער דעם וועט זיין דער  טשענעל דאן די  און דערנאך , - ווען איר קליקט אויף א טשענעל וועט ער זיך ווייזן אליין און די אנדערע טשענעלס וועלן אויטאמאטיש ווערן אויסגעלאשן, (עס זענען דא קיבארד שארטקאט'ס פאר אלע טשענעלס, עס זענען ).
יעצט עפנט אויף א בילד וועלכע אנטהאלט אין זיך גראָז (פאר א דוגמא), און לויט אייער שכל פארשטייט איר דערווייל נאר דעם גרינעם טשענעל פארוואס ער איז יעצט אנגעצינדען ביי די טשענעלס, ווייל וואס וועט געשעהן ווען איך וועל אויסלעשן למשל דעם רויטן טשענל, די גראז וועלן ווייטער בלייבן גרין.. ניין'' - ניין!! עפעס חיות גייט אוועק פון די גראז.. פארוואס' ווען איך וואלט ווען ביים פארהער געזאגט אז גראָז איז רויט וואלט מיין פנים נאך רויט געווען ביז יעצט.. אלא מאי אז רויט האט אויסדרוקליך "יא" א שייכות אין די "גרינע" גראָז.
יעצט ווען איר וועט האלטן אין איין אנצינדען און אויסלעשן דעם רויטן טשענעל וועט איר זעהן פונקטליך וואס ער טוט צוגעבן צו די גרינע גראָז... און פארשטייט זיך אז די זעלבע זאך איז ביי די אנדערע קאלירן אויך, און דאס איז דער עקסערסייז וואס איך האב אייך דא געוואלט היינט איבערגעבן.
ס"ה - די אויגן וועלן זיך צוגעוואוינען אויפצוכאפן די דיטאלן פון יעדן קאליר באזונדער וויפיל פראצענט עס איז פארהאן פון זיי אין א בילד.
* * *
איך וועל צוגיין צום ענין גלייך, עס איז דא איין זאך פון וואס איך האב שוין לאנג צוריק געוואלט רעדן, איך האב שוין דערמאנט דערוועגן אבער איך האב דאס קיינמאל נישט אויסגעשמועסט, און עס איז באמת א שטארק וויכטיגע ארטיקל אין פאטאשאפ.
איך רעד דא פונעם ברייט בארימטן קאלאר עדזשאסטמענט קאמענד  - דאס איז די טאל וועלכע רוב חלק פונעם ציבור נוצט פאר קאלאר קארעקשאן, און עס האט אויך אסאך אפשענס, (ווי א שפעטערע ווערזשאן אלץ בעסער ווערט עס).
אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אויבן - פאטאשאפ האט צוגעשטעלט די קאלאר עדזשאסטמענט טאלס מיט א חשבון, ס'איז נישט די פשט אז עס זענען פארהאן אסאך מינע טאלס און מ'קען נוצן וואס מ'וויל, הגם אסאך זענען היבש עהנליך, עכ"פ - אזויווי שוין געשריבן בעפאר - עס זענען דא בעיסיק קאלאר עדזשאסטמענטס וועלכע זענען געמאכט געווארן צו טוישן לייטנעס-דארקנעס פון א בילד, און דערנאך זענען דא די עדזשאסטמענטס וועלכע זענען יא געמאכט געווארן דירעקט פאר קאלאר.. באמת קען מען אינעם "לעוועלס" קאמענד אויך טוישן אינדיווידועלע טשענעלס, אבער עס ווערט נישט אזוי אפט גענוצט, בעיקר נוצט מען עס פאר בעיסיק עדזשאסטמענטס, אנדערש איז אבער דער קערווס קאמענד וועלכע ווערט יא באנוצט אפעציעל סיי פאר לייטנעס-דארקנעס און סיי פאר קאלאר.
יעצט - וואס איז די חידוש פון קערווס, וואס קען איך דארט טוהן מער ווי אין לעוועלס.. איז אזוי - די חידוש איז איז אינעם קערווס קאמענד קען מען אליין אויסמאהלן דעם עדזשאסטמענט! וואס הייסט'' וועל איך אייך מסביר זיין, ווען איר עפנט אויף דעם קערווס ווינדאוי וועט איר זיך באגעגענען מיט א גרויסן באקס וועלכע אנטהאלט ליינס אין די לענג און אין די ברייט, און עס לויפט אדורך א שיעפע ליין פון די רעכטע זייט אויבן ביז די לינקע זייט אינטן, טשעקערבארדס וועלן זיין אויסגעלייגט אויפן גאנצן שטח... יעצט - עס זענען פארהאן אזוילכע קליינע באקסלעך (פוינטס) ביי ביידע עקן פונעם שיעפן ליין, דאס זענען אזויווי ענקער פוינטס, מיטן קליקן אויפן ליין אויף סיי וועלכן פאזישאן וועט ווערן נאך א פוינט, און איינמאל עס איז דא א פוינט קענט איר דאס ארומרוקן וואו אימער איר ווילט, איר מעגט מאכן וויפיל פוינטס איר ווילט, און איר זאלט אייך נישט צוריק האלטן פון צו טוהן סיי וואס פארן וואוילזיין פונעם בילד. יעצט - אויבן אויף וויל איך דאך זעהן ווי עס זענען פארהאן די היילייטס-מידטאונס און שעדויס, זיי געפונען זיך ווי פאלגענד, די שעדויס געפונט זיך אויף די לינקע זייט פונעם באקס אונטן ביים לינקן וואונקל, די מידטאונס געפונט זיך פונקט אינדערמיט פונעם באקס, און די היילייטס ביים די רעכטע זייט אויבן (די אנדערע עק פונעם ליין), יעצט ווען איר ווילט גיין ליכטיגער שלעפט דעם ליין אויף ארויף, וחולופיהן ב'דארק...  אזוי אויך ווען איך וויל ארבעטן אויף א געוויסע קאליר, קען מען גיין ביי די קאלאר טשענעלס דארט אינעם קערווס באקסל און דאן רוקט ארויף אדער אראפ ביז עס באקומט דעם אויסקוק וואס איר האט געוואלט עס זאל האבן. עס זענען דא נאך געוויסע סעטינגס דארטן, איך וועל נישט גיין אלעס אויסרעכענען, שפילט אייך ארום און ארבעט מיט געשמאק.
זייט וויסן אז די קערווס ווערן באנוצט פאר די שווערסטע פראדזשעקטס, עס קען טוישן פון א בילד וואס האלט לאחר יאוש צו א העכסט געלונגן בילד... וויאזוי' הערט אויס - דאס ענין פון קאלאר קארעקשאן איז זייער א ברייטע פעלד, א פראפעסיאנאלער פאטייגראפער וועט אין איין רגע קענען באמערקן און באשליסן אויף א בילד וואס עס פעלט זיך אויס צו דעם, זאכן וואס מיר פשוט'ע בעגינערס וועלן צומאל אפילו נישט באמערקן, אבער א געלערנטער וועט תיכף דערשמעקן וואו עס געפונט זיך ערגעץ א נישט ריכטיגע קאלאר וועלכע וועט נאכן פרינטן אויסקוקן 'נישט גוט', און דאס קומט הכל לפי רוב הלימוד ולפי רוב המעשה, דורכ'ן טוהן כסדר אין דעם ווערט דאס אויג צוגעוואוינט אויטאמאטיש שוין צו באמערקן, אבער צו דעם פארלאנגט זיך שעות אויף שעות, און - פון מיין קורצע עקספיריענס זאג איך אייך - מ'קען זיך אסאך ארומפאפן מיט קאלאר קארעקשאן, אסאך מאל קען זיך דוכטן אז מען האט פארראכטן א בילד כדבעי, מ'האצעך ארומגעשפילט רעכטס און לינקס, געדרייט אהער און אהין, אויספרובירט אלע מינע וועגן, און למעשה קען דאס זיין ווייט פון גוט, ווידער אום אמאל מיט איין ריכטיגן קוועטש קומט מען אסאך מער אן, פשוט ווייל "מ'ווייסט וואס צו טוהן", און נאכמער, די געלערנטע גראפיקער וועלן קענען קאלאר-קאררעקטן א בילד אפילו איר וועט אנשטעלן דעם סקרין אויף גרעי-סקעיל (א פיטשער אינעם מעק), ווייל עס זענען פארהאן געוויסע 'הלכות' וואס זענען נוגע צו א בילד, פארשידענע נומערן מוזן שטומען, און דאס ווייזט צו דאס בילד איז גוט און גרייט צום פרינטן אדער נישט, דאס מיינט צו זאגן אז אפילו טאמער למשל אייער סקרין טוט אייך ארומפאפן אזויווי די היינטיגע גלאסי סקרינס וועלכע ווייזן א קאליר אסאך אנדערש ווי ס'קוקט אויס נאכן פרינטן, איז אויב וועל איך קוקן אויף די נומערן צו זיי שטימען דעמאלטס וועט די סקרין נישט זיין קיין פראבלעם, און דאס איז באמת דער יסוד פון קאלאר קאררעקטינג.
איך וועל אייך קודם פרובירן אביסל פארשטיין צו געבן וואס איך מיין. עפן אויף א בילד (גענוג קלאר - היי רעז.) מאך א 'קערווס' עדזשאסטמענט לעיער (ביים עדזשאסטמענט פענעל), דארט ביי קערווס געפונען זיך דריי קאלאר פיקערס (איי דראפערס) א שווארצע (פאר שעדויס) א גרעיע (פאר מידטאונס) און א ווייסע (פאר היילייטס) איינס אונטערן צווייטן, דאס זענען געמאכט געווארן צו זאגן דערמיט פאר מר. קערווס וואו עס געפונען זיך מיינע היילייטס, מידטאונס און שעדויס אינעם בילד, איינמאל איך זאג עס אים נאר וועט ער תיכף ומיד פרובירן אליינס צו באשליסן וואס צו טוהן, ער קען אסאך מאל גיין צו עקסטרעים, אלזא איז כדי דאס צו טוהן אויף א צווייטן אופן, קודם זענען דא פארשידענע רעדי סעטינגס אויבן ביים סקרול-דאון ווי איר זעהט יעצט דעם ווארט Default, דארט קענט איר טרעפן נאך פארשידענע וועגן וועלכע עס קען זיין צומאל זייער פיין און גענוג גוט פאר א בילד, ס'טייטש אז ס'קען אייך פארשפארן ארבעט, יעצט - וויאזוי ארבעט מען מיט די נומער'ן כדי אויסצוגלייכן די קאלירן'
טוט דאס פאלגענדע:
וועהלט אויס דעם 'איי דראפער טאל'  און קוקט אויפן בילד וואו עס איז די ליכטיגסטע (אויב ס'איז שווער דאס צו טוהן אליין דאן קוקט וואס איך האב געשריבן ביים 'לעוולס' ארטיקל, א וועג וויאזוי מ'קען דאס זעהן און איין רגע) דאן האלט אן דעם 'שיפט' קנעפל און קליקט אויף דעם ליכטיגן ספאט.. וואס איז געשעהן.. עס איז ארויפגעקומען די 'אינפא'  פענעל, (ס'איז מעגליך אז איר האט נאך קיינמאל ביז היינט אפילו נישט געשאנקען קיין גוט מארגן פאר דעם פיטשער, ס'קוקט אויס ווי עפעס קאמפליצירטע ענינים), קוקט יעצט וואס איר זעהט דארט, פארשידענע נומערן, אט דארט איז די פלאץ וואו מ'זעהט פונקטליך וואס ס'טוצעך אין א בילד, און אליבא דאמת דארף מען צו קענען קאלאר-קארעקטן מיט דעם א בילד אפילו ווען עמיצער זאל לייגן זיין האנט אויפן בילד איך זאל דאס נישט קענען זעהן, כנ"ל, יעצט - אויפן פלאץ וואו איר האט געקליקט אינעם בילד איז געווארן א געוואוסע צייכן מיט א נומ' איין דערנעבן, ווען איר וועט קליקן נאכאמאל וועט ארויפקומען א צוויי א.א.וו. און דאס אלעס קומט ארויף אויפן אינפא פענעל, אזויווי איר קענט אליינס זעהן א נומ' איינס דארטן, אזוי אז אויב קליקט איר אויף א ספאט אינעם בילד פאר מידטאונס און דערנאך פאר שעדויס וועט איר וויסן ביים עדזשאסטן וועלכע נומ' ס'איז וואס, למשל בשעת איר שפילט זיך ארום אינעם קערווס באקסל האלט אן אויב אויפן אינפא פענעל צו זעהן וואס עס געשעהט מיט די נומערן בשעת איר רוקט ארום... דאס איז בערך די אופן וויאזוי א קאליר דארף פארראכטן ווערן, וויאזוי' וואסערע נומערן דארפן שטומען, דאס וועלן מיר אוועקלייגן פאר א צווייטע געלעגנהייט בעז"ה
* * *
איך האב שטארק חשק ארומצורעדן איבער דאס ענין פון ארבעטן באקוועם אין פאטאשאפ, (וועלכע א חלק איז אין אמת'ן אויך נוגע פאר אילוסטרעיטאר און אינדעזיין) עס זענען פארהאן פארשידענע וועגן און שארט-קאטס וויאזוי צו ארבעטן אין פאטאשאפ, וועלכע עס קען אמאל פארשפארן זייער אסאך ארבעט. לדוגמא - עס איז פארהאן אזא זאך ווי דער  און נאך פארשידענע זאכן וועלכע זענען בנוגע די פאטאשאפ ווינדאוי אויסקוק, וועלכע קענען אסאך גרינגער מאכן, דערנאך זענען פארהאן די זאכן בנוגע פייל הענדלינג, וכדומה.
צום ערשט לאמיר אנהייבן מיטן , פאטאשאפ האט פארשידענע ווארקספעיס סעטינגס, דאס איז די וועג וויאזוי די פאטאשאפ ווינדאוי והגלילות זאל זיין אויסגעשטעלט, דאס מיינט אז כדי צו האבן כסדר גרייט די פאלעטס מיט וועלכע מען ארבעט כסדר אין פאטאשאפ ווי לעיערס, סוואטשעס, שעיפס, אינפא, נעוויגעיטאר וכדומה, פאטאשאפ האט ווארקספעיס סעטינגס פאר קאלאר, טייפאגראפיע, וועב דעזיין, די נייע זאכן אין סי-עס 4 און נאך, חוץ פון דעם האבן זיי אויך געמאכט אז מען זאל זיך קענען אליינס אויסשטעלן אן אייגענעם ווארקספעיס פאר די באקוועמליכקייט פונעם באנוצער, און דאס קומט צוניץ אמאל (און מער ווי אמאל) ווען מען וויל אוועקרוקן די פאלעטס/פאנעלס פון פלאץ ווי למשל צו זעהן קלארער די לעיערס וכדומה, דארף מען נישט שפעטער נאכאמאל אלעס מסדר זיין צוריק אז ס'זאל זיין אין די זעלבע רייע ווי פריער, מען סעלעקט דעם ווארקספעיס און דאן שטעלן זיך אלע באקסלעך צוריק על מכונם, און דאס איז א געוואלדיגע אויפטוה.
די ווארקספעיסעס געפונען זיך שוין היינט צוטאג אויף צוויי פלעצער, זיין אפעציעלער מקור איז ביי די  דראפ-דאון מעניו, די צווייטע אפשען פון אויבן איז , דארטן געפונען זיך די אלע אויבן-דערמאנטע סעטינגס, און פון אונטן איז פארהאן אן אפשען , רופט דאס אן ביי סיי וועלכן נאמען ס'איז אייך געשמאק, און דאן דריקט Save.
דאס איז איינס!
צווייטנס - ווען איר ווילט אמאל האבן דעם גאנצן ווינדאוי ליידיג צו קענען זעהן בלויז דעם פיקטשער אדער צו קענען ארבעטן אויף א געוויסע ספאט מער בהרחבה דאן איז דא עטליכע וועגן וויאזוי דאס צו טאן, אבער ביטע - פאר אייער טובה וועגן - קיינמאל נישט פארמאכן מעניועלי קיין ווינדאויס.. - איז אזוי - אוועקצונעמען אלעס פון ארום דרוקט דעם  קנעפל, אוועקצונעמען בלויז די Panels דריקט  (שיפט מיט טעב), אוועקצונעמען בלויז דעם טאל באקס דרוקט קודם  און דערנאך  , דאס איז איין וועג. דערנאך איז פארהאן די , דאס פארמאגט דריי מינע אויסקוקן פארן סקרין, איינס איז  וואס דאן איז דא א פרעים ארום דעם פיקטשער וואס איז אפן, אבער איר קענט נאך זעהן דעם דעסקטאפ פון אונטן, דערנאך איז דא  וואס דאן ווערט א גרעיער בעקגראונד לענגאויס דעם גאנצן סקרין ארום דעם בילד, דאס ווערט אנגערופן  (גרעי איז די דיפאלט קאליר, מ'קען עס טוישן דורכ'ן רייד-קליקן דערויף - פרובירט דאס אליינס אויס), איין זאך, דא וועט איר שוין נישט האבן דעם עקס ביי די ווינקל אויבן צו פארמאכן דעם ווינדאוי, איר וועט דאס מוזן טאן דורכן גיין צו  און דאן  אדער בעסער דורכ'ן קיבארד שארטקאט קאמענד/קאנטראל . די דריטע איז  פשוטו כמשמעו, אלעס ארום גייט אוועק, עס ווערט א שווארצע בעקגראונד ארום דעם בילד און איר זעהט אויפן סקרין בלויז דעם בילד אליינס, דאס איז זייער א געשמאקע זאך ווען מען וויל זעהן א בילד אין גרויס, איינמאל איר זענט אינעם פול-סקרין מאוד מאכט קאמענד/קאנטראל פלאס (+) עטליכע מאל ביז ער ווערט די גרויסקייט וואס איר באגערט. די אלע סעטינגס געפונען זיך ביי די  דראפ-דאון מעניו, אונטער דעם  אפשען, ס'איז אבער דא א באקאנטע קיבארד-שארטקאט פאר דעם, דאס איז דער  קנעפל, ווען איר ווילט אריבערגיין צווישן איין סקרין מאוד צום צווייטן דאן דרוקט נאכאמאל דעם  קענפל א.א.וו. ובפרט ווען איר זענט אינעם דריטן מאוד וואו איר האט נישט אויפן סקרין קיין אפשען וויאזוי עס צו פארמאכן, פאטאשאפ אליין וועט אייך אויך לאזן וויסן דערפון אבער נאר ווען איר וועט דאס אנשטעלן ביים אפעציעלן פלאץ, ווען איר מאכט דעם קיבארד-שארטקאט זאגט ער דאס נישט.